about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אויב נישט נאָך העכער
(אַ חסידישע דערציילונג)
 

און דער נעמיראָווער פלעגט סליחות=צייט יעדן פרימאָרגן נעלם ווערן, פאַרשווינדן!

מען פלעגט אים נישט זען אין ערגיץ: נישט אין שוהל, נישט אין ביידע בתי=מדרשים, נישט ביי אַ מנין, און אינדערהיים אַוודאי און אַוודאי נישט. די שטוב איז געשטאַנען אָפן. ווער עס האָט געוואָלט, איז אַריין און אַרויסגעגאַנגען; געגנבעט ביים רבין האָט מען  נ י ש ט,  אָבער קיין לעבעדיק באַשעפעניש איז אין שטוב נישט געווען.

וואו קען זיין דער רבי?

וואו זאָל ער זיין? מן הסתם אין הימל! ווייניק געשעפטן האָט אַ רבי פאַר ימים נוראים צו פאַרזאָרגן? אידעלעך, קיין עין=הרע, דאַרפן פּרנסה, שלום, געזונט, גוטע שידוכים, ווילן גוט און פרום זיין, און די זינד זענען דאָך גרויס, און דער שטן מיט זיינע טויזנט אויגן קוקט פון איין עק וועלט ביז דער צווייטער, און ער זעט, און פאַרקלאָגט, און מסרט... און — ווער זאָל העלפן, אַז נישט דער רבי?

אַזוי האָט דער עולם געטראַכט.

איינמאָל איז אָבער אָנגעקומען אַ ליטוואַק; לאַכט ער! איר קענט דאָך די ליטוואַקעס; פון מוסר=ספרים האַלטן זיי ווייניק, דערפאַר שטאָפּן זיי זיך אָן מיט ש”ס ופּוסקים. ווייזט דער ליטוואַק אַ בפירושע גמרא — די אויגן שטעכט ער אויס! אַפילו משה רבינו, ווייזט ער, האָט ביים לעבן נישט געקענט אַרויף אויפן הימל, נאָר געהאַלטן זיך צען טפחים  א ו נ ט ע ר ן  הימל! נו, גיי שפּאַר זיך מיט אַ ליטוואַק!

— וואו דען קומט אַהין דער רבי?

— מיין דאגה! — ענטפערט ער און ציט מיט די אַקסל, און תוך כדי דיבור (וואָס אַ ליטוואַק קען!) איז ער זיך מיישב, צו דערגיין די זאַך.

*

נאָך דעם זעלבן פאַרנאַכט, באַלד נאָך מעריב, גנבעט זיך דער ליטוואַק צום רבין אין חדר אַריין, לייגט זיך אונטערן רבינס בעט, און ליגט. ער מוז אָפּוואַרטן די נאַכט און זען, וואו דער רבי קומט אַהין, וואָס ער טוט סליחות=צייט.

אַן אַנדערער וואָלט אפשר איינגעדרימלט און פאַרשלאָפן די צייט; אַ ליטוואַק טוט זיך אַן עצה: לערנט ער זיך אויסנווייניק אַ גאַנצע מסכתא! איך געדענק שוין נישט, חולין צי נדרים!

פאַרטאָג הערט ער, ווי מען קלאַפּט צו סליחות.

דער רבי איז שוין נישט געשלאָפן אַ צייט. ער הערט אים שוין אפשר אַ גאַנצע שעה קרעכצן.

ווער עס האָט געהערט דעם נעמיראָווער קרעכצן, ווייס, וויפל צער פאַר כל ישראל, וויפל יסורים עס האָט געשטעקט אין זיין יעדן קרעכץ... די נשמה פלעגט אויסגיין, הערנדיק דאָס קרעכצן! אַ ליטוואַק האָט דאָך אָבער אַן אייזן האַרץ, הערט ער צו און ליגט זיך ווייטער! דער רבי ליגט זיך אויך. דער רבי, זאָל לעבן,  א ו י פ ן  בעט, דער ליטוואַק  א ו נ ט ע ר ן  בעט.

*

דערנאָך הערט דער ליטוואַק, ווי די בעטן אין הויז הייבן אָן סקריפּען... ווי די בני=בית כאַפּן זיך אַרויס פון די בעטן; ווי מען מורמלט אַ אידיש וואָרט, מען גיסט וואַסער אויף די נעגל, עס קלאַפּן אויף און צו די טירן... דערנאָך איז דער עולם אַרויס פון שטוב, עס ווערט ווייטער שטיל און פינצטער, דורכן לאָדן שיינט קוים אַריין אַ קליין ביסל ליכט פון דער לבנה...

מודה האָט ער געווען, דער ליטוואַק, אַז ווען ער איז געבליבן איינער אַליין מיטן רבין, איז אים באַפאַלן אַן אימה. די הויט איז שוין אים אויפגעלאָפן פאַר שרעק, די וואָרצלען פון די פּאות האָבן אים געשטאָכן אין די שלייפן ווי די נאָדלען.

אייןַ קלייניקייט: מיטן רבין, און סליחות=צייט פאַרטאָג, אַליין אין שטוב!

אַ ליטוואַק איז דאָך אָבער איינגעשפּאַרט, ציטערט ער ווי אַ פיש אין וואַסער און ליגט. —

*

ענדלעך, שטייט דער רבי, זאָל לעבן, אויף...

פריער טוט ער, וואָס אַ איד דאַרף טון... דערנאָך גייט ער צו צו דער קליידער=אַלמער און נעמט אַרויס אַ פּעקל... עס באַווייזן זיך פּויערשע קליידער: לייוונטענע פּלודערן, גרויסע שטיוול, אַ סיערמיענגע, אַ גרויס פוטערן היטל מיט אַ ברייטן לאַנגן לעדערנעם פּאַס, אויסגעשלאָגן מיט מעשענע נעגעלעך.

דער רבי טוט עס אָן...

פון דער קעשענע, פון סיערמיענגע, שטאַרט אַרויס אַן עק פון אַ גראָבן שטריק... פון אַ פּויערשן שטריק!

דער רבי גייט אַרויס; דער ליטוואַק — נאָך!

דורכגייענדיק, טרעט אָפּ דער רבי אין קיך, בייגט זיך איין, פון אונטער אַ בעט נעמט ער אַרויס אַ האַק, פאַרלייגט זי אונטערן פּאַס און גייט אַרויס פון שטוב.

דער ליטוואַק ציטערט, נאָר ער טרעט נישט אָפּ.

*

אַ שטילער, ימים=נוראימדיקער פּחד וויגט זיך איבער די טונקעלע גאַסן. אָפט רייסט זיך אַרויס אַ געשריי פון סליחות, פון ערגיץ אַ מנין, אָדער אַ קראַנקער קרעכץ; פון ערגיץ אַ פענצטער... דער רבי האַלט זיך אַלץ אין די זייטן פון די גאַסן, אין די שאָטנס פון די הייזער... פון איין הויז צום אַנדערן שווימט ער אַרויס און דער ליטוואַק נאָך אים...

און דער ליטוואַק הערט ווי זיין אייגן האַרץ=קלאַפּן מישט זיך צוזאַמען מיטן קול פון רבינס שווערע טריט. אָבער גיין גייט ער, און קומט צוזאַמען מיטן רבין אויס דער שטאָט אַרויס.

*

הינטער דער שטאָט שטייט אַ וועלדל.

דער רבי, זאָל לעבן, נעמט זיך אין וועלדל אַריין. ער מאַכט אַ דרייסיק=פערציק טריט און שטעלט זיך אָפּ ביין אַ ביימל; און דער ליטוואַק ווערט נבהל ומשתומם, זעענדיק, ווי דער רבי נעמט אַרויס פון פּאַס די האַק און שלאָגט אין ביימל אַריין.

ער זעט, ווי דער רבי האַקט און האַקט, ער הערט ווי דאָס ביימל קרעכצט און קנאַקט. און דאָס ביימל פאַלט, און דער רבי שפּאַלט עס אויף ליפּעס... די ליפּעס — אויף דינע שייטלעך; און ער מאַכט זיך אַ בינטל האָלץ, נעמט עס אַרום מיטן שטריק פון קעשענע, ער וואַרפט דאָס בינטל האָלץ איבער די פּלייצעס, שטעקט צוריק אַריין די האַק אינעם פּאַס, לאָזט זיך אַרויס פון וואַלד, און גייט צוריק אין שטאָט אַריין.

אין אַ הינטער=געסל שטעלט ער זיך אָפּ; ביין אַן אָרעם, האַלב איינגעבראָכן הייזל און קלאַפּט אָן אין פענצטערל.

— ווער איז? — פרעגט מען דערשראָקן פון שטוב אַרויס. דער ליטוואַק דערקענט, אַז עס איז אַ קול פון אַ אידענע, פון אַ קראַנקער אידענע.

— יאַ [איך!] — ענטפערט דער רבי אויף פּויעריש לשון.

— קטאָ יאַ? [וואָס פאַראַ איך?] — פרעגט מען ווייטער פון שטוב.

און דער רבי ענטפערט ווייטער, אויף מאַלאָרוסיש לשון:

— וואַסיל!

— וואָס פאַראַ וואַסיל און וואָס ווילסטו, וואַסיל?

— האָלץ! — זאָגט דער פאַרשטעלטער וואַסיל, — האָב איך צו פאַרקויפן! זייער ביליק... בחצי=חינם האָלץ!

און, נישט וואַרטנדיק אויף אַ תשובה, נעמט ער זיך אין שטוב אַריין.

*

דער ליטוואַק גנבעט זיך אויך אַריין און, ביים גרויען ליכט פון פריען מאָרגן, זעט ער אַן אָרעמע שטוב, צעבראָכן, אָרעם כלי=בית... אין בעט ליגט אַ קראַנקע אידענע, פאַרוויקלט מיט שמאַטעס. און זי זאָגט מיט אַ ביטער קול:

— קויפן? מיט וואָס זאָל איך קויפן? וואו האָב איך, אָרעמע אלמנה, געלט?

— איך וויל דיר באָרגן! — ענטפערט דער פאַרשטעלטער וואַסיל, — אינגאַנצן זעקס גראָשן!

— פון וואַנען וועל איך דיר באַצאָלן?— קרעכצט די אָרעמע אידענע.

— נאַריש מענטש! — מוסרט זי דער רבי, — זע, דו ביסט אַן אָרעמע קראַנקע אידענע און איך געטרוי דיר דאָס ביסל האָלץ, איך בין  ב ט ו ח,  אַז דו וועסט באַצאָלן; און דו, דו האָסט אַזאַ שטאַרקן, גרויסן גאָט, און געטרויסט אים נישט... און האָסט אויף אים, אויף נאַרישע זעקס גראָשן פאַרן בינטל האָלץ, קיין בטחון נישט!

— און ווער וועט מיר איינהייצן? — קרעכצט די אלמנה, — איך האָב דען כח אויפצושטיין? מיין זון איז אויף דער אַרבעט געבליבן.

— איך וועל דיר איינהייצן אויך, — זאָגט דער רבי.

*

און, אַריינלייגנדיק דאָס האָלץ אין אויוון, האָט דער רבי, קרעכצנדיק, געזאָגט פון סליחות דעם ע ר ש ט ן פּזמון...

און, אַז ער האָט עס אונטערגעצונדן, און דאָס האָלץ האָט פריילעך געברענט, האָט ער געזאָגט, שוין אַביסל לוסטיקער, פון די סליחות דעם  צ ו ו י י ט ן  פּזמון.

דעם דריטן פּזמון האָט ער געזאָגט, ווען עס האָט זיך אויסגעברענט און ער האָט די בלעך פאַרמאַכט...

*

דער ליטוואַק, וואָס האָט דאָס אַלץ געזען, איז שוין געבליבן אַ נעמיראָווער חסיד.

און שפּעטער, אויב אַ חסיד האָט אַמאָל דערציילט, אַז דער נעמיראָווער הייבט זיך סליחות=צייט יעדן פרימאָרגן, און פליט אַרויף אין הימל אַריין, פלעגט שוין דער ליטוואַק נישט לאַכן, נאָר צוגעבן שטילערהייט:

— אויב נישט נאָך העכער!

 

 

Y. L. Peretz (1852-1915), Oyb nisht nokh hekher (If Not Higher Still)

Yiddish text prepared for the Algemeyner Zhurnál (Algemeiner Journal) website

in cooperation with the Vilnius Yiddish Institute

version of 25 September 2006

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on January 8, 2007
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations