עס האָט אין תשרידיקן לאַנד אַ קאַלטער פלאַם אַראָפּגערעגנט.
פון וואַנען פלייצט דער טונק'לער, ברוינער גאָלד, פון וואַנען?
ווי קאָן איך איצטער ערגער זיין פון וואָגלענדע בוטשאַנען
אין אונדזער געגנט.
קראַנק בין איך, אָ קראַנק אין די טעג די שאַרלאַך=דינע,
און כ'גלייב: אויף אָט=די לאַנגע, רויטע הענט פון ביימער
בין איך אויפגעהאַנגען איצטער איינער
אויף מיין געל=געוואָרענע טשופּרינע.
אָ, תשרי, תשרי. . . ס'ליגט דיין ריינע האַרץ אינצווייען,
בלוטיק, ווי אַ קאַווענע צעשניטן,
און זע, און זע דעם קילן פלייצנדיקן בלוי אינמיטן,
וואָס די וויליע קייקלט דורך אין שטאָליק שטילע ווייען. . .
אָ, תשרי, תשרי. . . אין האָב דיר ברייט באַגעגנט
און כ'טראָג זיך שווימענדיק אין גאָלד דיינעם פון דאַנען,
ווי קאָן איך איצטער ערגער זיין פון וואָעלדנע בוטשאַנען
אין אונדזער געגנט.
*) משה קולבאַק איז געבאָרן געוואָרן אין סמאַרגאָן, ווילנער געגנט, אין 1896. געלעבט אין ווילנע און סוף צוואַנציקער יאָרן אַוועק אין מינסק (סאָוועטנפאַרבאַנד), וואו ער איז אַרעסטירט געוואָרן דורך דער סטאַלין מאַכט אין 1937, שפּעטער צו אומגעקומען ביי די סאָוועטן.
Moyshe Kulbak’s Tíshrə (Tishrei)
Yiddish text prepared in partnership with the
Vilnius Yiddish Institute
For the
Algemeyner Zhurnál — Algemeiner Journal
version of January 15, 2007 |