@ פון מענדעלע מוכר ספרים*
מה שמכם? - דאָס איז די ערשטע שאלה, וואָס איין איד פרעגט דעם אַנדערן, גאָר אַ ווילד פרעמדן, באַלד ווי ער באַגעגנט זיך מיט אים און שטעקט אים אָפּ אַ "שלום עליכם"! קיינעם קומט בשעת מעשה אויף דעם געדאַנק גאָרניט אַרויף, אַז מען זאָל זיך אַקעגן דעם אָנרופן, אַשטיינער: "וואָס איז אייך, ר' קרוב, אַזוי דאָ געלעגן צו וויסן, ווי איך הייס? מיר ווילן דען איינער מיט דעם אַנדערן זיך משדך זיין? איך הייס, ווי מען האָט מיר אַ נאָמען געגעבן, און לאָזט מיך געמאַך!" ניין, אדרבא, די שאלה "מה שמכם!" איז אַ גאַנץ נאַטירלעכע זאַך, עס ליגט אַזוי אין דער טבע, אַקוראַט ווי אַ טאַפּ צו טאָן יענעמס נייע קאַפּאָטע מיט אַ פרעג: מה יקר? וואָס קאָסט אַן אַרשין? ווי צו נעמען אומגעבעטן אַ פּאַפּיראָס בשעת יענער עפנט זיין טאַבאַק=פּושקעלע אויף; ווי אַריינצושטעקן די פינגער אין יענעמס טאַבעקערקעלע און נעמען אַ שמעק טאַבאַקע; ווי אַריינצוקריכן מיט אַ פוס צו יענעם אין בייטל, איינטונקען דאָרט דאָס פאַרשמאָלצעוועטע פאַטשיילכען און רייבן דערמיט דאָס לייב; ווי אַריינצוקוקן הינטן=אַרום צו יענעם אין מחזור און כאַפּן זיך, פון דרך=ארץ וועגן, איבערמישן אַ בלעטל בשעת יענער האָט נאָך נישט רעכט צעקייעט דאָרט די ווערטער פון דער תפילה; ווי לאָזן זיך צוגיין, וואו צוויי מענטשן שמועסן צווישן זיך, צולייגן אַן אויער אונטערצוהערן זיך צו זייער שמועס; אָדער ווי אַ פרעג צו טאָן איינעם פּלוצלים פון דער העלער הויט מכח זיינע געשעפטן, אָנוואַרפן זיך אויף אים מיט עצות, הגם יענער גענייטיקט זיך אין זיי כלל נישט, און קען אָן זיי, ווי אויך אָן אים, זיך זייער גוט באַגיין.
אַזעלכע און כדומה נאָך אַזעלכע זאַכן זענען ביי אונדז, אידן, גאַנץ געוויינטלעך. אַזוי איז דער סדר=העולם פון אייביקע צייטן, און אָנרופן זיך אַקעגן דעם וואָלט אויסגעקומען גאָר טאַקע ריין משוגע, ע פּ ע ס מ ש ו נ ה ו ו י ל ד, ג אָ ר ש ל א כ ד ר ך ה ט ב ע...
און נישט נאָר אויף דער וועלט, אויך דאָרט אַפילו אויף יענער וועלט איז ביי אידן איינגערעדט, אַז תיכף ביים אַריינשטעקן אַהין אַ פוס איז דעם מלאך=הדומהס ערשטע שאלה: "מה שמכם, ר' קרוב?" דער מלאך, וואָס האָט זיך געראַנגלט מיט יעקב אבינו, ער אַפילו האָט נישט משנה געווען פונעם סדר=העולם און אים באַלד טאַקע, ווי עס פירט זיך, אַ פרעג געטאָן, ווי ער הייסט. אַז אַ מלאך איז אַזוי, היינט אַפּשיטא שוין אַ זינדיקער מענטש, אַ בשר ודם. איך ווייס זייער גוט, אַז ביי מיין ערשטן אַרויספאָר אין דער אידישער ליטעראַטור, ווי הייסט מען עס, מיט מיינע מעשיות, וועט געוויס דעם עולמס ערשטע שאלה זיין: "מה שמכם, פעטער?"
מענדעלע הייס איך! אַזוי, רבותי, האָט מען מיר אַ נאָמען געגעבן נאָך מיינעם אַן עלטער זיידן פון דער מאַמעס צד, ר' מענדעלע מאָסקווער, זכרונו לברכה. מאָסקווער האָט ער אין זיינע צייטן געהייסן דעריבער, ווייל, ווי מען האָט געשמועסט, איז ער אַמאָל געווען אַזש אין מאָסקווע, איינצוהאַנדלען דאָרט רוסישע סחורה און האָט בשלום גיך=געשווינד זיך אַרויסגערוקט, שאַ=קיטש, איידער מען האָט זיך אַרומגעקוקט, אַרויסצויאָגן אים פון דאָרט. מילא דאָס בין איך ניט אויסן. נאַרישקייטן!... אָבער אין מאָסקווע, ביים פאָניע, איז ער, הייסט עס, טאַקע געווען. דאָס האָט אים פאַרשאַפט אין זיין ווינקל אַ נאָמען און כבוד. אַלע האָבן אים געהאַלטן פאַר אַ געניטן, וועלטלעכן מענטשן, וואָס איז אויסגעווען אַ וועלט, און בשעת עפּעס אַ נויט, אָדער ביים אָנשרייבן אַ "פּראָשעניע", פלעגט מען זיך מיט אים מיישב זיין... נאָר נישט דאָס בין איך אויסן.
דערמיט אַליין אָבער איז מען נאָך נישט יוצא. נאָך דער דאָזיקער ערשטער שאלה הייבן ביי אידן זיך ערשט אָן צו שיטן אַלערליי מיני שאלות, ווי אַשטייגער: פון וואַנען איז עס אַ איד? זענט איר אַ באַווייבטער? האָט אַ איד קינדער? מיט וואָס האַנדלט עס אַ איד? וואוהין, האַ, פאָרט עס אַ איד? נאָך און נאָך אַזעלכע מיני שאלות, וואָס אַזוי איז שוין אָנגענומען געוואָרן בכל תפוצות ישראל זיי צו פרעגן, אויב מען וויל אַ פּנים האָבן פאַר לייט, דערמיט ווייזן, אַז מען איז, ברוך=השם, אַ מענטש, אַן אויסגעריבענער, נישט קיין באַנק=קוועטשער, און וואָס מען מוז על פּי מענטשלעכקייט דערויף ענטפערן, אַזוי ווי אַ גוט יאָר אויף איינעמס אַ "גוט=שבת", אָדער "גוט יום=טוב". איך וויל מיט אַ וועלט נישט איינרייסן און בין גרייט אויף די דאָזיקע אַלע שאלות אויך צו ענטפערן קורץ און גיך, ווי נאָר מעגלעך.
אַליין בין איך אַ געבירטיקער פון צ ב ו ע ט ש י ץ, אַ היפּש שטעטל, אָן עין=הרע, אין טעטעריווקער גובערניע, באַרימט מיט איר גוטסקייט און פ ר ו מ ק י י ט, ו ו י ג ל ו פּ ס ק, אַשטייגער, מיט איר חכמה, ק אַ ב צ אַ נ ס ק מיט איר ע ש י ר ו ת און ט ו נ ע י אַ ד ע וו ק ע מיט אירע פ אַ ב ר י ק ע ס - שיינע מקומות מיט מעלות אַזעלכע, ברוך=השם, וואָס האָבן ג ע ו ו י ר ק ט א ו ן ו ו י ר קע ן א ו י ף ד ע ם א י ד י ש ן צ ו ש ט אַ נ ד אין אונדזער ווינקל דאָ אין גלות... נישט דאָס בין איך אויסן.
אין מיין פּאַספּאָרט שטייט אַפילו בפירוש מיינע יאָרן, נאָר אין אמת וויפל איך בין אַלט, קען איך, ווי געוויינטלעך אַ איד, באַשטימט אייך ניט זאָגן, מיינע עלטערן, עליהם=השלום, זענען שטאַרק מחולק געווען אין דער רעכענונג פון מיינע יאָרן. נאָך זיי ביידע בין איך געבוירן געוואָרן צום ערשטן ליכטל בשעת דער גרויסער שריפה פון די קלייטן, נישט היינט געדאַכט. נאָר נאָכן טאַטנס חשבון איז דאָס געווען בשעת די גרויסע קרירות זענען פאַרשלעפּט געוואָרן אין אונדזער ווינקל, פּונקט אין דער צייט, ווען דער אַלטער, זכרונו לברכה, איז נסתלק געוואָרן. און די מאַמע פלעגט אויסווייזן, אַז דאָס איז גאָר געווען מיט אַ יאָר צוויי נאָך דער ערשטער בהלה, ניט פאַר אידישע קינדער געדאַכט. אַ סימן אַפילו, דענסטמאָל האָט זיך ביי אונדז געקעלבט די רויטע קו, און זאת=חנוכה האָט זי פאַר אַ האַלב שטעטל געמאַכט מילכיקע וואַרעניקעס, פון וועלכע מען האָט געלעקט די פינגער און ליגן ביי אַ טייל אַלטע אידן ביז היינט נאָך אין טעם. - מען באַדאַרף האָבן צייט און זיין אַזאַ בריה גרונטעווען זיך אין אַזוינע מיני חשבונות ווי טונעיאַדעווקער אידן, בעלי מוחות... נישט דאָס בין איך אויסען.
די "פּרימעטעס", סימנים מיינע, אין מיין פּאַספּאָרט זענען אַזוי: די וואוקס אַ מיטעלע; האָר, ברעמען - גרוי; אויגן - קאַרע; די נאָז, דאָס מויל מיטלמעסיק; די באָרד - אַ גרויע; דאָס פּנים אַ ריינס; "אָסאָביע פּרימעטי", באַזונדערע סימנים - נישטאָ. דאָס הייסט אינגאַנצן פּראָסט גאָרנישט, אַ מענטש ווי געוויינטלעך דאָס רוב מענטשן, נישט קיין בהמה, חלילה. אַי איז דאָך די קשיא, גלאַט אַ פּאַספּאָרט גאָר אָן סימנים וואָלט דאָך אויך דאָס אייגענע באַוויזן, אַז מען איז אַ מענטש! וואָרים וואו האָבן דען בהמות פּאַספּאָרטן?
דער תירוץ איז אָבער, אַז קשיות פרעגן איז קיין שכל נישט. הערסטו, דער גאַנצער שכל איז דאָך טאַקע, אָט נאַט אייך "פּרימעטעס" און ווייסט פאָרט נישט, וואָס פאַר אַ פּנים איך האָב... און באמת טאַקע, לאָמיר זיך נישט נאַרן, וואָס וועט אייך אַרויסקומען, אַז איר וועט שוין וויסן, אַשטייגער, אַז מיין שטערן איז אַ הויכער מיט אַ סך קנייטשן; אַז מיינע נאָזלעכער זענען זייער גרויסע און עפּעס משונה; אַז מיין פּנים נאָכן אָנבליק זעט אויס עפּעס ווי בייזלעך; אַז איך קוק, באַטראַכט, מאַך איך קורצזיכטיק אַביסל=צו מיינע קליינע אויגן; און אַז איך פאַרצי די ליפּן, דאַכט זיך, עס שוועבט אויף זיי אַ מילד=שטעכענדיק שמייכל; נאַרישקייטן, כ'לעבן! מיין ווייב אַפילו האָט פאַר דער חתונה אונדזערער זיך ניט אינטערעסירט מיט אַזעלכע קלייניקייטן. זי האָט מיך גענומען ווי אַ בלינדן אתרוג, נישט אָנקוקנדיק פריער מיין פּנים, און - נישקשה!... מילא ווייסט איר דאָך אגב שוין, רבותי, אַז איך בין אַ באַווייבטער. און פון קינדערלעך האָט מען גאָרנישט וואָס צו רעדן. עס פאַרשטייט זיך, אַז איך האָב, און אָן עין=הרה טאַקע פיל. וואָס דען האָט אַ איד?... נישט דאָס בין איך אויסן.
האַנדלען האַנדל איך, ווי איר קוקט מיך אָן, מיט ספרים. איך האָב איבערגעהאַט אין מיין לעבן אַ סך מיני פּרנסות, מיך געוואָרפן, ווי דער שטייגער איז, אויף אַלע זייטן, ביז איך האָב לסוף אַ מאַך געגעבן מיט דער האַנט - אַ, אַ, אין דר'ערד אַריין די אַלע פּרנסות! און מיך גענומען צו די ספרים, און דערביי טאַקע בין איך ביז היינט געבליבן.
הייסט דאָך עס, אַפּנים, קען מען מיינען, אַז ספרים איז גאָר דער וואוילער מסחר, איך ווער רייך! און אויף דעם סמך וועלן אידן - וואָס, לעכצנדיק נעבעך נאָך פּרנסה, טוען זיי נאָך איינער דעם אַנדערן - זיך ווי די היישעריקען אַ וואַרף טאָן אויף די ספרים, שווער איך אייך, אידישע קינדער, אַז איך בין אַ איד אַן אביון! פון "רומל" אַליין, דאָס הייסט אין אונדזער מסחר: חומשים, סידורים, מחזורים, סליחות, קינות, תחינות, בענטשערלעך וכדומה, וואָלט מען, ווי מען זאָגט, קיין וואַסער אויף קאַשע נישט געהאַט, - מוז איך מיטפירן מיט מיר בערשעטער טלית=קטנס, דובראָוונער טליתים, כפול=שמונדיקע ציצית, רצועות, שופרות, הה=עלעך, מזוזהלעך, וואָלפציינדלעך, מייערקעפּלעך, קמיעלעך, קינדערשע בליטשקענע שיכלעך, יאַרמולקעלעך און אַמאָל מעש און קופּערוואַג; ווי אַרום מעש און קופּערוואַרג קומט צו ספרים, ווייס איך אַליין נישט. נאָר אָט אַזוי איז שוין ביי אונדז איינגעפירט, פּונקט ווי אַ אידישער מחבר מוז אַמאָל זיין אויך אַ שטיקל שדכן, אַ פּוילישער שמש אין אַ קלייזל מוז האַלטן דאָרט אַ קליין שענקל, ווי אַ קהלס=מאַן מוז אַמאָל אויף אַ שמחה ביי די פיינע בריות קאָכן פיש און זיין אַ סאַרווער, ווי אַ רב אין אַ שטעטל מוז ציען זיין פּרנסה פון הייוון. און נאָך די אַלע זאַכן, שווער איך אייך, האָב איך נישט מיינס קיין גראָשן.
אַ נס, וואָס צו אַזאַ מסחר מיט ספרים ווי מיינער ברויכט מען נישט דינגען אַ קראָם מיט דער פאָרסע. גענוג דערצו אַבי=אָט אַ וועגל, אַבי=אָט אַ פערדל. איז דאָס פערדל אַלט, אָפּגעבאַרעט, הינקט אַביסל=צו און קוים וואָס עס פּלאָנטעט מיט די פיס, מהיכא=תיתי, איז אויך נישקשה. יאָגן זיך, פירן די פּאָסט באַדאַרף מען ניט. אָט פּאַקט מען אָן דאָס וועגל, איבערגעדעקט כלומרשט אַ ביידעלע, און מען שלעפּט זיך געזונטערהייט. אַ גלעקל זאָל קלינגען איז איבעריק, מען איז יוצא מיט אַ סקריפּ פון די רעדער. איינשטיין אויף אכסניות אין באַזונדערע נומערן פאַר זיך מיט דער פּאָמפּע באַדאַרף מען אויך נישט, מען פערפאָרט גלייך צום בית=מדרש. דאָס וועגעלע בלייבט אויפן שוהל=הויף. דאָס אויסגעשפּאַנטע פערדל שטייט זיך, עסט "סיטשקע", אויב עס האָט נאָר, פון אַ לאַנטוך, אויסגעשפּרייט צווישן די אויפגעשטעלטע אין דער הויך האָלאָבליעס. אַי וואָס, אינגעלעך פאַרגנבענען זיך און רייסן אים פונעם עק סטרונעס שטילערהייט? איז אויך נישט קיין אומגליק, לאָז זיך דאַכטן, גאָר אָן אַ וויידל, מיט דער מאָדע.
אַי וואָס, אַ צער=בעל=חיים? אַדרבא! מיין שלימזל שטייט זיך גאַנץ רואיק, עס זאָל דאָס אים אָנהייבן צואַרן. ער לאָזט אַמאָל דערביי אַראָפּהענגען די אונטערשטע ליפּ, אַרויסשטעקנדיק אַ שפּיץ ציגל, און עס דאַכט זיך גאָר, ער לאַכט מיט די ציין, גאָר ווי להבדיל אַ מענטש, מאַכט זיך אַמאָל, ער האָט נישט וואָס צו עסן, שטייט ער זיך פאַרטראַכט מיט אויפגעשטעלטע אויערן, קוקנדיק אין ביידל אויף די ספרים עפּעס אַזוי, אַז מען וואָלט געמעגט שווערן, ער פאַרשטייט דערינען זייער גוט מיט זיין פערדישן מח און נעמט עס אויף זיינע כלים עפּעס גאָר ווי אַ טריפהנער למדן טאַקע... נישט דאָס בין איך אויסן.
מילא איז פאַרזאָרגט, ברוך השם, אויפן שוהל=הויף דאָס פערדל, און אַליין נעמט מען זיך אַ פּלאַץ אין בית=מדרש. בייטאָג צעלייגט מען זיך דאָרט פאַרן עולם מיט ספרים אויפן לאַנגן, פערשמאָלצעוועטן טיש, וואָס ביים אַריינגאַנג נעבן אויוון, און ביינאַכט צעלייגט מען זיך אַליין אויף אַ באַנק דאָרט, ווי ביים טאַטן אין וויין=הויז, און מען שלאָפט אויף וואָס די וועלט שטייט. און דאָס דאָזיקע גאַנצע שטיקל עולם=הזה, אַרום און אַרום, האָט איר עס אומזיסט בכבוד גדול!...
אם=כן, אויב יאָ אַזוי, אויב שלעפּעניש, אַרומוואָגלעניש און קבצניש, איז דאָך די קשיא, וועלכע=זשע גוט יאָר האָט מיך געטראָגן צו ספרים? און וואָס האַלט איך מיר עד=היום אין אַזאַ מין סחורה? - ס'איז מיר אַפילו שווערלעך דערויף צו ענטפערן, נאָר איין ברירה...
רבותי, איך בין זיך מודה! אַ מין חולשה אַזאַ האָב איך פון קליינווייז=אויף, נ י ש ט פ אַ ר א י ד ן ג ע ד אַ כ ט, וואָס אויף זייער לשון הייסט עס: "ליבשאַפט צו דער נאַטור", דאָס הייסט צו אַלצדינג, וואָס וואַקסט, וואָס שפּראָצט, וואָס לעבט, וואָס געפינט זיך אין דער וועלט. עס ציט מיך, ציט, נ י ש ט פ אַ ר א י י ך געזאָגט געוואָרן. עס קריכט מיר אַמאָל אין קאָפּ אַ צאַצקעלע, אַ שיין פּנימל, אַ בילד, אַ געשטאַלט - אַ גרעזעלע, אַ ביימעלע, אַ רייזעלע, אַ פייגעלע. ס'טייטש=ס'טייטש, וועט מען זאָגן, ווי שעמט זיך עס נישט אַ איד מיט אַ באָרד, אַ איד אַ נצרך, אַ באַווייבטער, אַ טאַטע פון קינדער, וואָס באַדאַרף בדרך ה ט ב ע זיך ז אָ ר ג ן... טראַכטן, קלערן תכלית=זאַכן, און גאָר אַחוץ דעם, ווי שעמט זיך נישט גלאַט סתם אַ איד אין זינען האָבן נאַרישקייטן, נאַטור=שמור, קונדייסקע זאַכן? אוי, איך ווייס, ווייס זייער גוט, אַ ז אַ ז ו י נ ס פּ אַ ס ט נ י ש ט פ א ר א י ד ן, נאָר וואָס זאָל איך פאָרט טאָן, אַז דאָס איז ביי מיר, ל א ע ל י כ ם, אַזאַ געבוירענער מיחוש, אַ יצר=הרע, וואָס ציט מיך דערצו ווי אַ מאַגנעט.
און נאָך ווען עפּעס ווי אויף צו להכעיס דווקא אינמיטן באַשעפטיקונג מיט עפּעס ערנסט, וויכטיק, ווי מיט אידישקייט, אַשטייגער, און מיט פּרנסה=זאַכן. אינמיטן "קידוש=לבנה" - שטעלט אייך פאָר בשעת אין רעכטן זאָגעניש, שאָקלעניש צווישן דעם עולם, טוט עס מיך אַ צי=אַרויף צום שיינעם אויסגעשטערנטן בלויען הימל מיט דער פאַרטראַכטער, מרה=שחורהדיקער לבנה, מלא חן, עס טראַכט מיר זיך, גאָט ווייסט וואָס, עפּעס ליכטיקע צורות, שיינע, ברענענדיקע, פאַרטראַכטענדיקע אויגן, אַ זיפצעניש, אַ שושקעניש, געדיכטע צווייגנהאַפטיקע לינדן=ביימער. און פרעגט מיך בחרם, וואָס דאָס מויל מיינס בעבעט דאָרט אַזוינס. יענער צו מיר: שלום עליכם! און איך צו אים: לכה דודי לקראת כלה!... דעסגלייכן איז מיט דעם אתרוג, מיט דעם לולב, מיט די הושענות. איך פאַרגעס די מצווה, דעם "לשם יחוד", וואָס דרינען; קודשא בריך=הוא מיט דער שכינה אין דער זייט, מיר טוט הנאה ווי שיין, ווי פריש, ווי זיי שמעקן מחיה. דער ענין צום תשליך גיין, אַזאַ אידישע ערנסטע זאַך, אָפּשאָקלען זיך פון די עבירות, ווערט ביי מיר גאָר אַ שיינער שפּאַציר. ביים זאָגעניש דאָרט פאַרקוקן מיר זיך די אויגן אויפן טייך, אויפן גרינעם געמייזעכץ, וואָס ציט זיך אים אויף יענער זייט העט=העט ווייט. איך זע פאַר מיר אַ לויפנדיק, מורמלדיק וואַסערל, שטאָלץ=שווימענדיקע גענדז, עס ווייעט אַ ווינטל, עס שושקען זיך הויך=געוואַקסענע "טשערעט", עס שווענקט זיך, עס שפּיגלט זיך אַ הושענא=ביימל, אָנבויגנדיק זיך מיט די צווייגלעך אין וואַסער. לויטער איז דער הימל, די לופט פריש, אַ געטלעכע שטילקייט אין טאָלן, בערגלעך און וועלדלעך אַרום און אַרום. עס ציט עפּעס ביי דער נשמה, עס בענקט זיך, גלוסט זיך - אוי, רבונו של עולם! - אַליין נישט צו וויסן וואָס... שפּאַצירן גיין איז מיין לעבן.
אויפן פעלד, אין וואַלד בין איך גאָר ניט דער, וואָס אין שטאָט, בין פריי, אויסגעטאָן פון יאָך. וואָס מיר ווייב, וואָס מיר קינד, וואָס מיר איד, וואָס מיר זאָרג? איך שעפּ נחת, גיי=אויס פאַר תענוג פונעם אייבערשטנס ווערק, גיב מיך איבער מיט אַלע חושים און ווער ווי דערטרונקען אין גאָטס וועלט דער שיינער!...
אָט דער יצר=הרע, נ י ש ט פ אַ ר א י י ך ג ע ד אַ כ ט, א י ד י ש ע ק י נ ד ע ר, ער האָט עס אין מיר געבורטשעט: מענדל! דער האַנדל מיט ספרים איז פאַר דיר ווי אָנגעמאָסטן. פאַרזעץ באָדאַי אַ משכון, דעם ווייבס ביסל צירונג, קויף אַ פערד=און=וועגעלע, פּאַק עס אָן מיט ספרים און לאָז זיך אין דער וועלט. יאָ פאַרדינען, נישט פאַרדינען - אַלצאיינס, דער עיקר איז דאָס אַרומפאָרן, דאָס פאַרגעניגן, וואָס דו וועסט האָבן פונעם אָנזען=זיך, אָנהערן=זיך אונטערוועגנס שיינע זאַכן. פאָרנדיק אין וועג וועסטו זיך ליגן צעלייגט ווי אַ מלך ביי דיר אויפן וואָגן און צוקוקן זיך איטלעכס פּיצל פון גאָטס קונציק שיינע ווערק און זיינע באַשעפענישן אויף בערג און טאָלן, אויף פעלדער און אין וועלדער. דאָס פערדעלע וועט זיך שלעפּן פּאַמעלעך= פּאַמעלעך און דו וועסט זיך קוקן=קוקן. אַזוי - אין וועג, און קומענדיק אין שטעטלעך, אין שטעט, וועסטו אָנקוקן מיני אידן, שיינע צורות, פיינע=בריות, מאָדנע פּאַרשוינען, אַלערליי נפשות, געקרימטע רוקנס, פאַרריסענע נעזער, לאַנג=הענטיקע, קלעפּיק=פינגערדיקע, אַזוינע און אַזוינע פונעם אַלטן און נייעם שניט, וועסט האָבן פון זיי צו דערציילן מעשיות, צו זינגען און צו זאָגן.
היינט פאַרשטייט איר שוין, אידישע קינדער?
אַצינד, נאָך אַ היפּשע צייט אַרומפאָרן אין דער וועלט, בורטשעט אין מיר ווייטער דער יצר=הרע. נעם - בורטשעט ער - נעם דרוק אָפּ מעשיות, וואָס דו האָסט צו דערציילן פון אידן פאַר דער גאַנצער צייט אַרומשלאַנדרעווען דיינס צווישן זיי! נישקשה, זיי מעגן הערן, דאָס ו ו ע ט ז י י ח ל י ל ה נ י ש ט ש אַ ט ן ! -
טאַ! - האָב איך מיך באַטראַכט - מהיכא תיתי, לאָז זיין אַזוי!
דאַכט זיך, אַלצדינג אָפּגעזאָגט און יוצא. איבעריקנס, בין איך דאָך נישט מער ווי אַ מענטש, אפשר האָב איך עפּעס פאַרגעסן, וועל איך, דערמאָנענדיק זיך, עס אַרויסזאָגן בלי נדר, אין איינעם פון מיינע שפּעטערדיקע ביכלעך. און ווייטער, אויב עמעצער וועט קיין צייט נישט האָבן און באַלד טאַקע וועלן וויסן "כל דבר שורש", מעג ער זיך מטריח זיין מיר שרייבן, וועט ער אינגיכן פון מיר באַקומען אַ קלאָרע תשובה.
מיין אַדרעס איז: מענדעליו יודעלעוויטשו מוכערו ספאָרעמו אוב גאָראָדי צבועטשיצו. דעם טיטל גאָספּאָדינו יעוורעיו באַדאַרף מען נישט שרייבן, נישקשה, מען וועט אַזוי אויך וויסן.
*) מענדעלע מוכר ספרים (פון דער היים: שלום יעקב אַבראַמאָוויטש, אָדער: ברוידע), איז געבאָרן געוואָרן אין קאַפּולע, מינסקער גובערניע, בערך אין 1836; ער האָט געלעבט אַ סך יאָר אין פאַרשיידענע אוקראַינישע שטעט, צום לעצטן אָדעס, וואו ער איז געשטאָרבן אין 1917. |