about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
דער פאַראייביקער פון דער אידיש
צום דרייסיקסטן יאָרצייט
הירשע=דוד כ”ץ
 

יודל מאַרק האָט פאַראייביקט די ווערטער פון אַ פאַרטיליקטער וועלט און אונדז איבערגעלאָזן די כלים אויף אויפצוהאַלטן אומגעהייערע אוצרות אויף להבא

ס’איז אַן אָנגענומענע זאַך אין אונדזער מאָדערנער וועלט, אַז אַפילו אַ מענטש וואָס קען זיך גוט אויס אויף אַוועלכער ניט איז שפּראַך, מוז ווען ניט ווען אָנקומען צו אַ גוטן ווערטערבוך, נאָכקוקן אַ וואָרט, אַ טייטש, אַ ניואַנס, געפינען אַ וואָרט, אויסזוכן אַן עטימאָלאָגיע.

וואָס שייך אונדזער אידיש, איז עס אַן אָנגעווייטיקטער ענין. פאַראַן שיינע, גוטע ווערטערביכלעך פאַר מענטשן וואָס ווילן זיך אויסלערנען אידיש, און אַזוי אויך פאַר אידיש ריידנדיקע וואָס ווילן זיך אויסלערנען ענגליש, ד.ה. איינבאַנדיקע ווערטערביכער פאַר אידיש-ענגליש און ענגליש-אידיש, און אַזוי אויך מיט אידיש און פראַנצייזיש, אידיש און העברעאיש א.א.וו.

אָבער דער וואָס קען שוין גוט ענגליש, לאָמיר אָנכאַפּן, און דאַרף עפּעס נאָכקוקן אין דער אייגענער שפּראַך, דעם מענטשן גייט ווייניק אָן ווי אַזוי מ’דאַרף זאָגן אויף יאַפּאָנעזיש אָדער טערקיש. מ’דאַרף ענגליש.

געווען פאַרשיידענע חלומות אויף צו שאַפן אַ גרויסן אידיש-אידישן ווערטערבוך. דער איינציקער וואָס איז אַפילו טיילווייז מקוים געוואָרן איז דער גראַנדיעזער לעבנס-פּראָיעקט פונעם גרויסן אידישן פילאָלאָג יודל מאַרק ע”ה, וועמענס דרייסיקסטער יאָרצייט עס ווערט האַיאָר אָפּגעמערקט ביי לערער, פאָרשער, קענער און תלמידים פון אידיש, און נאָכמער, ביי יעדן וועמען עס איז ליב און טייער די אידישע שפּראַך.

ווען יודל מאַרק איז נפטר געוואָרן אין 1975, זיינען שוין געווען געדרוקט און ברייט פאַרשפּרייט די ערשטע דריי ריזיקע בענד פונעם פילבענדיקן ווערטערבוך וואָס טראָגט דעם נאָמען: “גרויסער ווערטערבוך פון דער אידישער שפּראַך”: דער ערשטער באַנד (ניו יאָרק 1961, זז. 1 - 580); דער צווייטער באַנד (נ.י. 1966, זז. 509 - 1096), ביידע רעדאַגירט בשותפות מיט יודאַ אַ. יאָפע, וועלכער איז נפטר געוואָרן אין 1966; און דער דריטער באַנד (ירושלים 1971, זז. 1097 - 1708).

יודל מאַרק האָט עולה געווען אין ארץ ישראל אין 1970 בכדי צו קאָנצענטרירן זיך נאָר און בלויז אויפן ווערטערבוך. ווען ער איז געשטאָרבן האָט ער געהאַט צוגעגרייט צום דרוק אויך דעם פערטן באַנד, וואָס איז דערשינען אין אַ פינף יאָר אַרום (ירושלים 1980, זז. 1709 -2333).

וואָס אַן אמת, וואָלטן די פיר בענד פון “יודל מאַרקס ווערטערבוך”, ווי ס’ווערט ביים עולם אָנגערופן, געמעגט שטיין אויף דער פּאָליצע ביי יעדן אידיש ריידנדיקן מענטשן אויף דער וועלט.

אין דער זעלביקער צייט רופן אַרויס די פיר בענד חוזק ביי די וואָס האַלטן ניט פון אידיש, און אַ ביסל טרויער ביי די אַלע וואָס האַלטן יאָ פון אידיש. פאַרוואָס? ווייל די גאַנצע ריזיקע פיר בענד דערגייען בלויז ביזן סוף פונעם אות --- אלף. . .

ביי זיין לעבן, האָט יודל מאַרק פאַקטיש צוגעגרייט דעם מאַטעריאַל פאַר אַלע בענד (טייל האָבן אָפּגעשאַצט אַז ס’גייט די רייד וועגן צוועלף בענד), און פאַר אַלע אותיות. נאָך זיין טויט איז דער פּראָיעקט יאָרן לאַנג געלעגן ביי איין אוניווערסיטעט און דערנאָך ביי אַ צווייטן, ביי אַזאַ קאָמיסיע און ווידער ביי אַן אַנדער קאָמיסיע. די נייע פּראָפעסוירים-רעדאַקטוירים האָבן גענומען שרייען אויף קולי קולות, אַז מ’דאַרף ניט ממשיך זיין לויט יודל מאַרקס שיטה פון “אידיש באידיש”, מ’דאַרף עס מאַכן אויף ענגליש, אויף העברעאיש אָדער אויף ביידע. דער סוף פון דער מעשה: דרייסיק יאָר נאָך יודל מאַרקס טויט, און פינף און צוואַנציק יאָר נאָכן אַרויסגיין פון לעצטן באַנד וואָס ער האָט צוגעגרייט צום דרוק, איז אַרויס: ג אָ ר נ י ש ט.  נ ו ל.

לאָמיר פונדעסטוועגן האַלטן פאַרן אויג, אַז אַ היפּשן טייל פון דער אידישער שפּראַך טרעפט מען פאָרט אין יודל מאַרקס פיר בענד. מיט די אותיות “ח”, “כ (מיט א דגש)“, און “ת (מיט אַ דגש)“ קענען זיך נאָר אָנהייבן ווערטער וואָס שטאַמען פון לשון קודש און אַראַמיש, דאָס הייסט אַ קלענערע צאָל ווערטער. און דער עיקר: מיט אלף הייבן זיך אָן אויף אידיש ווערטער מיט גאַנצע  ז י ב ן  קלאַנגען (עלעהיי גאַנצע  ז י ב ן  אותיות אויף ענגליש און אַנדערע שפּראַכן), ואלו הן:

(1)   “אָ” (אָבער, אָדער, אסור, אָפּרוען וכו’);

(2)   “אַ” (אַוודאי, אַוועק, אַלע, אַלצדינג וכו’);

(3)   “או” (אוגערקע, אומחן, אונטער, אושפּיזין וכו’);

(4)   “אוי” (אוי, אויב, אויוון, אויער וכו’);

(5)   “אי” (איבער, איך, אין, איסור וכו’);

(6)   “איי” (איי, איידל, אייזל, איינער וכו’);

(7)   “איי” מיט אַ פּתח (אייז, אייזן, איילן זיך, איינפאַל וכו’).

און צודערצו דאַרף מען צורעכענען וויפל פאַרשיידענערליי פּרעפיקסן אויף אידיש ס’הייבן זיך אָן מיט אַן אלף. אָט למשל, “גיין” הייבט זיך טאַקע אָנעט מיט אַ גימל, און “שטיין” מיט אַ שין, אָבער אין יודל מאַרקס ווערטערבוך וועט איר טרעפן “אַריינגיין” און “אַרויסגיין”, “אַרויפגיין” און “אַראָפּגיין”, “אַוועקגיין” און “אומגיין”; אַזוי אויך “אויפשטיין” און “איינשטיין”, “אויסשטיין” און “אָנשטיין”, און נאָך און נאָך, אָן אַ שיעור, מיט אַ סך דוגמאות פון ליטעראַרישע קוואַלן און פון פאָלקס-מויל.

ווער ער נעמט זיך די מי זיך אויסלערנען נוצן דעם ווערטערבוך כדבעי (און דעם וואָס קען אידיש וועט דאָס לאַנג ניט געדויערן), וועט געפינען וואָס זיך צוצולערנען, און פון וואָס הנאה צו האָבן, ביז איבער די הונדערט און צוואַנציק.

*

יודל מאַרק איז געבאָרן געוואָרן אין 1897 אינעם שיינעם ליטווישן שטעטל פּאַלאָנגע וואָס אויפן ברעג פון באַלטישן ים (היינט הייסט זי פּאַלאַנגאַ). ער איז יונגערהייט אַוועק לערנען אין ווילנע אין “כהנס גימנאַזיע”, אין 1911, און איז אין 1915 אַוועק שטודירן אויפן פּעטערבורגער אוניווערסיטעט, ביז 1918. נאָך אַ יאָר בערך אין לעטלאַנד, איז ער אַריבער אין ליטע. אין דער שטאָט ווילקאָמיר (היינט: אוקמערגע), האָט ער האַרבסט 1920 געהאָלפן גרינדן די איינציקע מאָדערנע גימנאַזיע אין ליטע וואו די לערן-שפּראַך איז אידיש (מ’דאַרף זיך פאַרגעדענקען, אַז ווילנע, גראָדנע, בריסק, פּינסק און אַנדערע קלאַסישע ליטווישע שטעט האָבן דעמאָלט געהערט דער פּוילישער רעפּובליק; קאָוונע איז געווען די הויפּט שטאָט פון ליטע, און מ’האָט גענומען רופן די ליטווישע רעפּובליק “די קאָוונער ליטע”).

*

און אַזוי אַרום האָט זיך גענומען אין וועג יודל מאַרקס לעבנס-אַרבעט אַלס לערער, דערציער און פאָרשער פון אידיש. שוין אין 1921 איז אַרויס זיין ערשטע אידישע “שול גראַמאַטיק”. ער האָט גענומען אויך שרייבן געלערנטע אַרטיקלען אין קאָוונער “נייס” און אַנדערע צייטונגען. אין 1922 לאָזט ער אַרויס אַן אַרבעט וועגן זיין וויזיע פאַר די נייע אידישע שולן, באַטאָנענדיק אַז זיי טאָרן ניט געהערן אַוועלכער ניט איז איינאיינציקער פּאָליטישער פּאַרטיי אָדער אַוועלכן ניט איז איינציקן טיפּ קינד. פאַרקערט, אַלערלייאיקע אידישע משפּחות דאַרפן וועלן צושיקן זייערע קינדער אין אַזאַ שול ווייל די מדרגה איז אַ הויכע.

אין די סוף צוואַנציקער יאָרן, האָט ער פאַרבראַכט דריי יאָר אין ריגע, לעטלאַנד, ווי אַ לערער אין דער שטאָטישער אידישער גימנאַזיע.

אין 1936 האָט ער זיך באַזעצט אין אַמעריקע און ס’האָט זיך געלאָזן אין וועג זיין לאַנגע און שיינע קאַריערע אַלס מייסטער-פּעדאַגאָג פון אידיש אין “קאָלומבוסעס מדינה”.

יודל מאַרק איז געווען פון די גרעסטע אידישע פילאָלאָגן פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. זיינע אַרבעטן זיינען אַלעמאָל אָריגינעל און דרייסט. אַז מען גייט מעסטן די לעבנס-אַרבעט ביי אַ געלערנטן, איז וויכטיק זיך אָפּצושטעלן אַ רגע, און אַ קוק טאָן, ניט נאָר אויף די אַלע יחידישע אַרבעטן אין די געלערנטע זשורנאַלן וואָס אַ פאָרשער לאָזט אַרויס אין גאַנג פון די יאָרן, נאָר אויך, און דער עיקר, זיך אָפּצושטעלן אויף דער פראַגע: צי איז פאַראַן אַ יסודותדיקער געדאַנק וואָס שפּירט זיך אין זיי אַלע, וואָס איז דורכגעפלאָכטן ווי אַ סטרונע, אַ סטרונע וואָס לאָזט זיך הערן, ניט אַלעמאָל בהדיא, ווען ניט ווען מיט אַ בת-קול, נאָר זי איז אַלעמאָל פונדעסטוועגן דאָ.

אונדז דאַכט זיך, אַז ביי יודל מאַרקן קען מען דאָס קורץ און שאַרף משיג זיין: ער איז אַ טשאַמפּיאָן פונעם           א מ ת ן   א י ד י ש  פון  א מ ת ע  א י ד ן, און ער האָט קיינמאָל ניט מורא געהאַט זיך אַקעגנשטעלן דעם ראַדיקאַלן גאַנג פון טייל אידישע לינגוויסטן וועלכע האָבן געוואָלט “איבערמאַכן” די אידישע שפּראַך לויט זייער פאַרשטאַנד. ער איז אָבער אַלעמאָל צוגעטראָטן צו יעדער טעמע ווי אַ “דזשענטלמאַן”, מיט דרך ארץ צו יענעם, ריידנדיק צו דער זאַך און ניט צו דעם מענטשן.

האַרט פאַר דער מלחמה, אינעם ייוואָ זשורנאַל “אידיש פאַר אַלע”, האָט ער פאַרעפנטלעכט אַ געוואַגטע שטודיע: “אַ פּאָר גאָר וויכטיקע ספקות פון אונדזער איצטיקער כלל-שפּראַך”. ניט מורא האָבנדיק, האָט ער באַוויזן ווי אַזוי טייל שטריכן פון דער “כלל-שפּראַך” פון דער מאָדערנער אידישער ליטעראַטור זיינען ווייט פונעם היימישן אידיש פונעם היימישן אידן. געוויסע כללים וועגן “די” און “דער” למשל (דאָס בייטן “די” אויף “דער” נאָך אַ פּרעפּאָזיציע) האָט ער געטענהט, שטימען ניט מיטן לעבעדיקן באַנוץ אין פאַרשיידענע אידישע דיאַלעקטן.

און באַלד נאָך דער מלחמה, איז ער געוואָרן אַ פירנדיקע פּערזענלעכקייט אין דער ניו-יאָרקער ייוואָ, ניט קוקנדיק אויף זיינע חילוקי דעות מיט טייל אידישע לינגוויסטן פון די ייוואָ קרייזן. יודל מאַרק איז געווען דער גרינדער-רעדאַקטאָר פונעם זשורנאַל “אידישע שפּראַך”. ער האָט דעם זשורנאַל רעדאַגירט פון 1941 ביז 1968.

שוין אין סאַמע ערשטן באַנד פון זשורנאַל “אידישע שפּראַך” האָט ער פאַרעפנטלעכט אַ מייסטערישע אַרבעט מיטן נאָמען: “לאָמיר אויפהיטן די עשירות פון דעם תלמיד חכמס שפּראַך!”

יאָ, דער וועלטלעכער, ליבעראַל-סאָציאַליסטישער אידישיסט, וועלכער איז שוין יונגערהייט, אין 1919, געווען דער פאָרשטייער פון דער “פאָלקס-פּאַרטיי”, האָט דערזען אַז אין הילכות אידיש מוז גובר זיין די טראַדיציע, די שפּראַך פונעם אמת אידיש ריידנדיקן פאָלק, וואָס איז אַזוי באַרייכערט געוואָרן פונעם תלמיד חכם, פונעם קענער, פונעם לערנער, פונעם למדן; ניט די שפּראַך פון ראַדיקאַלע קאַפּריזן פון לינגוויסטן וואָס שאַפן אַ לשון וואָס טויג נאָר צו אוניווערסיטעטן און קלובן.

מאַרקן האָט דערצו שטאַרק וויי געטאָן, אַלמאי די עשירות פון רבנישן אידיש האָט גענומען גיין לאיבוד אינעם וואָסאַמאָל מער פאַרוואַסערטן, מינימיזירטן, דע-אידישיזירטן אידיש פון היפּשע טיילן פון דער דעמאָלטיקער אידישער קולטור באַוועגונג אין די פאַראייניקטע שטאַטן.

והשנית: מאַרק האָט זיך אַקעגנגעשטעלט דעם עקסטרעמען פּוריזם פון דער סביבה פון אידישע לינגוויסטן אין ניו יאָרק. ביי זיי איז דער גאַנג “אַרויסוואַרפן פון אידיש” ווערטער וואָס זיי האַלטן אַז ס’איז “צו נאָענט צו דייטש”, אַריינגערעכנט אַזעלכע ווערטער וואָס אַלע נוצן אויף אידיש (למשל “איינדרוק”, “באַשלוס”, “געפאַר”, “וואונטש”, “צוקונפט”, “שאַנדע” און אָן אַ שיעור אַנדערע). יודל מאַרק האָט זיך געשטעלט אַקעגן מיט זיינע באַהאַרצטע אַרבעטן, צווישן זיי זיין עסיי “כלומרשטע, ספקדיקע און ניצלעכע דייטשמעריזמען” וואָס איז דערשינען אין 1964.

און ווען די חכמים פון דער מה נשתנה האָבן גענומען שיסן מיט אויסגעטראַכטע, ווילדע “נייע ווערטער” וואָס קיינער דאַרף ניט און קיינער וויל ניט, האָט איין יודל מאַרק אינעם קרייז פון די ניו-יאָרקער אידישע לינגוויסטן ניט געשוויגן. אין זיין תשובה (אין 1966) האָט מאַרק דערקלערט, איידל און דיפּלאָמאַטיש, אַז “ווייבלדיקע סאָסנע” און “אָפּטימיסטיש גרינשווערדל” (כלומרשטיקע נעמען פון געוויסע ביימער און פלאַנצן) זיינען ניט איבעריקס געלונגענע אידישע ווערטער...

עס קומט דעם ייוואָ אַ גוואַלדיקער יישר כח פאַר זיין טאָלעראַנץ און דרך ארץ צו אַ קאָלעגע וואָס איז מחולק מיט זיינע פּני, וועמען זיי האָבן אַ פערטל יאָרהונדערט געהאַלטן אַלס רעדאַקטאָר פונעם זשורנאַל “אידישע שפּראַך”.

נאָר וועגן דעם “הייסן ענין” אויסלייג איז ניט געווען קיין טאָלעראַנץ. פאַרשטייט זיך, אַז אין די ייוואָ פּובליקאַציעס האָט זיך מאַרק געהאַלטן ביים ייוואָ אויסלייג וואָס איז אים געווען אַזוי ניט-דערטרעגלעך. אָבער ווען ער האָט גענומען בויען זיין וואונדערלעכן “גרויסן ווערטערבוך פון דער אידישער שפּראַך”, האָט ער אָנגענומען נאָר טייל פונעם ייוואָ אויסלייג; די סאַמע משונהדיקסטע המצאות האָט ער אָבער ניט געקענט אָננעמע, דערשפּירנדיק בחוש, אַז זיי וועלן אין לעבן ניט אָנגענומען ווערן ביים אידיש ריידנדיקן פאָלק. ס’איז אַ שאָד, וואָס דער ערשטער באַנד פון ווערטערבוך האָט געמוזט טראָגן אַן “אויפקלערונג פון ייוואָ” וועגן דעם, אַז דער ווערטערבוך קען ניט זיין קיין ייוואָ פּובליקאַציע צוליב אַ פּאָר אויסלייג פּרטים.

שוין נאָך זיין טויט איז אַרויס זיין “גראַמאַטיק פון דער אידישער כלל-שפּראַך” (ניו יאָרק 1978), וואָס איז איינער פון די וויכטיקסטע ווערק אויפן געביט פון אידישער גראַמאַטיק. צענדליקער אַנדערע יסודותדיקע ווערק דאַרף מען נאָך צונויפזאַמלען און שטודירן.

יודל מאַרק איז געווען אַ לעקסיקאָגראַף וואָס שרייבט ווערטערביכער, אַ גראַמאַטיקער וואָס קעמפט פאַר דעם, מען זאָל קאָדיפיצירן און לערנען די אמתע שפּראַך, און אין משך פון אַ האַלבן יאָרהונדערט: איינער פון די וויכטיקסטע און טאַלאַנטירטסטע לערער פון אידיש.

ער האָט אָבער אויך געשריבן די בעסטע אַרבעט וואָס איז פאַראַן אין דער אידישער דיאַלעקטאָלאָגיע וועגן דעם ליטווישן אידיש, אָנווייזנדיק אויף אַ סך נוסחאות און אונטער-נוסחאות, אַזוי ווי ס’איז צום געפינען ביי אַוועלכן ניט איז “איינאיינציקן דיאַלעקט”, דאַמאָלסט אַז מ’קוקט זיך צו נעענטער. זיין אַרבעט, “אונדזער ליטווישער אידיש” איז דערשינען אינעם גרויסן יזכור-בוך “ליטע” (באַנד 1, ניו יאָרק 1951). אין אַלע אַנדערע אַרבעטן זיינע, אין משך פון זיינע שיינע שעפערישע יאָרן, איז צום זען אַ שיער ניט “קלאַסיש-ליטווישן” דוחק אין אַוועלכער ניט איז עמאָציע אָדער אויפרעגונג; דאָס איז אַ געלערנטער וואָס קוקט אויף פאַקטן און ענינים מיט דער אָביעקטיווקייט פונעם געניטן פאָרשער.

ווען ער האָט אָבער אַ קורצע צייט נאָכן חורבן אָנגעשריבן די אָ מייסטערישע אַרבעט וועגן די דיאַלעקטן, האָט ער אָט וואָס צוגעשריבן, אין אַן הקדמה צו דער אַרבעט:

“איך האָב אַלץ אָפּגעלייגט און אָפּגעלייגט די אַרבעט וועגן דעם אידיש פון די ליטווישע אידן. איך האָב פּשוט קיין האַרץ ניט געהאַט זיך אַוועקצוזעצן שרייבן. גיי שרייב וועגן לשון פון אייגענע זיידע און באָבע, טאַטע און מאַמע, אייגענע פריינט און אייגענע תלמידים --- ווען זיי אַלע, אַלע פיר באַזונדערע דורות זיינען אויסגעגליכן געוואָרן אין אומקום. (...) די אַלע וואָס האָבן געגעבן צוביסלעך במשך פון יאָרן דעם מאַטעריאַל פאַר הונדערטער נאָטיצעלעך, וואָס פון זיי ווערט ווי פון באַזונדערע ציגל צונויפגעשטעלט די אַרבעט, --- זיי זיינען אַוועק מיט די מאוימדיקסטע מיתות, און געבליבן זיינען... ווערטער”.

בפירוש, יודל מאַרק האָט פאַראייביקט די ווערטער פון אַ פאַרטיליקטער וועלט און אונדז איבערגעלאָזן די כלים אויף אויפצוהאַלטן אומגעהייערע אוצרות אויף להבא, און אין דער ערשטער ריי אין זיין “גרויסן ווערטערבוך פון דער אידישער שפּראַך”. ביי די אומות העולם ווערן אַזעלכע ווערק צוגעגרייט פון צענדליקער (אויב ניט הונדערטער) מיטאַרבעטער, אונטערגעשטיצט מיט גרויסע ממתקים פון מלוכות און אוניווערסיטעטן. איז זאָלן די פיר פּראַכטפולע בענד ווערן בני בית אין יעדער שטוב וואו מ’רעדט אידיש, און זאָל מען וואָס גיכער נעמען אַרויסגעבן די געבליבענע בענד, ניט אויף קיין אַנדער שפּראַך נאָר אויף אידיש. אָדאָס איז יודל מאַרקס עזבון, זיין ירושה און זיין געשאַנק דעם אידישן פאָלק אויף דור דורות.

 טוט דאָ אַ קוועטש, זייט אַזוי גוט, און אַבאָנירט דעם "אַלגעמיינעם זשורנאַל".

25 נאוועמבער 2005.

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on November 25, 2005
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations