דער פראָסט
דער פראָסט אין האַרצן
איז פיל האַרבער
פונעם פראָסט אין דרויסן:
דער שניי אין דרויסן ווייך איז,
ווי אין אַ מעשהלע אַ ווייסער.
דער פראָסט אין האַרצן -
איז איינגעהילט אין קאָסמיש שוואַרצן
תהום
פון אינערלעכן קרייזן
אין דיינע ענגע דלדאמות
פון דיין שמאָלן בעטלסדום
פאַקראָוועט פעסט אין אייזן.
נאָר דו, רק דו אַליין -
קענסט יענעם וואונדער קונץ באַווייזן -
אַריינברענגען די ברייטע ליכט
פון דרויסנדיקן זויבער שניי
פון דרויסן
אין סאַמע תוך
פון אינערלעכן שווייגן,
דעם גרויזאַמען און גרויסן, -
אַזוי אַז ליכט אַקעגן אומליכט
זאָל פייערלעך אַ שפּרייז טאָן
און פונעם בייזן פראָסט
זיך מוטער נאַקעט אויסטאָן.
גייענדיק אַהיים דורכן וואַלד ערב אָוונט
ס’איז אויסגעמידט די שיין
און זעלטן מילד, איצט, ערב אָוונט,
דער גרויסער וואַלד צעהעלט
זיין שטילע מנחה דאַוונט.
דער שליאַך, עס דאַכט
ווערט ברייטער שוין ווי לענגער,
און ס’וועט איר טיפקייט
שוואַרצע נאַכט
דער וועלט באַלד שענקען.
די שיין איז צערטלעך מילד
און לייבלעך נאָענט
צו אַלץ -
וואָס שוועבט פאַרביי
אין אָפּגרונטן פון שעהען,
צו אַלץ -
וואָס אייביק בלייבט
אין שפּיץ
פון קערצסטער רגע
בעת ליכט, און בוים,
און שליאַך - שוין גרייט
דעם ספק איבערוועגן.
די שיין איז מיד,
שוין שרעקלעך מיד,
געבענטשט
מיט מילדקייט רייפער,
ווען ערב אָוונט
ווערט אַ ליד,
וואָס לאָזט זיך
קוים באַגרייפן,
ווען ערב אָוונט
ווערט אַ ליכט
פון גאָט אַליין
געכאָוועט:
דער שליאַך איז ברייט,
דער וואַלד איז שטיל
די היים - שוין זייער נאָענט |