|
רבי יוסף בן לב, איינער פון די גרעסטע רבנישע אויטאָריטעטן אין דעם 16טן יאָרהונדערט, איז געבוירן געוואָרן אין אַדריאַנופּול (מאָנאַסטיר) אומגעפער אינעם יאָר 1500 (ה’ר”ס). צוליב אַ מחלוקת מיט דעם עלטערן רב פון שטאָט, איז ר’ יוסף אינעם עלטער פון 34 יאָר, אין רצ”ו, איבערגעגאַנגען קיין סאָלאָניקי, אין גריכנלאַנד, וואו ער איז באַשטימט געוואָרן אַלס אב-בית-דין. אידן פון נאָענט און ווייט האָבן זיך געוואָנדן צו אים מיט שאלות אין אַלע תחומים פון יהדות און הלכה. זיינע תשובות אויף די פיר חלקים שולחן ערוך זענען שוין געדרוקט געוואָרן אין זיין לעבן מיטן נאָמען “שאלות ותשובות מהר”י בר לב”. ער האָט אויך געשריבן חידושים אין פאַרשידענע מסכתות פון ש”ס.
אַלס דיין און אב-בית-דין האָט ער געפירט די קהילה ביד רמה און אָן פּחד. צוליב זיינע פּסקים האָבן אים גערודפט עטלעכע פון די בעלי כח אין סאָלאָניקי, ספּעציעל איין איד, ברוך, אַ מעכטיקער דיקטאַטאָר, וועלכער האָט דערנידערט דעם רב און אים נאָכגעפאָלגט אָן רחמנות. דער אַריסטאָקראַט ברוך האָט אָנגעוואָרפן אַ פּחד אויף די רבנים און די אידן פון שטאָט, אָבער דער מהר”י בר לב איז נישט נתפּעל געוואָרן און האָט מקיים געווען דעם “ולא תגורו מפּני איש”.
די רדיפות זענען געווען שרעקלעך, אַזש זיי האָבן דערגרייכט רציחה. דער ברוך האָט נישט אויפגעהערט גיין צו דעם שוידערלעכסטן עקסטרעם: ווען רבי יוספ’ס זון, דוד, איז אַמאָל געווען אויסער סאָלאָניקי, האָט דער דאָזיקער ברוך געשיקט רוצחים וועלכע האָבן אים דערמאָרדעט.
אַ צווייטער זון פון דעם מהר”י בר לב איז אומגעקומען אין אַ מגיפה.
מיט גרויס צער און עגמת-נפש האָט דער מהר”י בר לב פאַרלאָזט סאָלאָניקי און זיך איבערגעקליבן קיין קושטא (קאָנסטאָנטינאָפּיל, טערקיי), וואו ער איז באַשטימט געוואָרן אַלס ראש ישיבה אין אַ ישיבה דונה גרציה נשיא, אַ רייכע פרוי פון קושטא, האָט געשטיצט.
דער מהר”י בר לב איז בלויז נאָך איינמאָל צוריקגעקומען אין סאָלאָניקי אויף אַ באַזוך. ער איז נפטר געוואָרן אין קושטא, אין זומער פון 1586, ה’שמ”ו. |