about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
דער רעוואָלוציאָנער אין דעם ער
דר. העשל קלעפפיש
 

 אין די ערשטע יאָרצענדליקער פון אַכצנטן יאָרהונדערט האָט אַ איד אין פאַרוואָרפענע מקומות אין אוקראַינע, אַ תבואה-הענדלער אין פּאדאליע, אַרויסגעברענגט און פאַרטיידיקט די פּרינציפּן פון פרייהייט פון וואָרט, פון אַ פּלוראַליסטישער געזעלשאַפט, פון זעלבשטענדיקן דענקען; און דער דאָזיקער מוטיקער קעמפער פאַר אידייען איז צומאָל נישט געווען קיין “אויפגעקלערטער”. ער איז געווען איינער פון תלמידים-קרייז אין דער חסידות-באַוועגונג פון רבי ישראל בעל שם טוב

  ^ פון דר. העשיל קלעפפיש *

 א

עס זענען געווען צוויי ר’ נחמן קאָסעווערס. איינער, דער רעאַלער; וועלכער האָט געלעבט אין דער צייט פון גרינדער פון דער חסידות-באַוועגונג ר’ ישראל בעל שם-טוב. דאָס איז געווען אַ איד אַ סוחר, אַ תבואה-הענדלער, וועלכער האָט געהאַט אַ נייגונג צו דער מיסטיק. צווישן איין מסחר-טראַנזאַקציע און דער צווייטער האָט ער געלערנט דעם זוהר, דאָס גרונט-ספר פון דער קבלה. אַ איד אַן עושר, מיט אַ שאַרפן שכל, וועלכער האָט זיך קונה-שם געווען מיט זיין פּיקחות און גלייכווערטלעך. אַ איד אַ למדן, וואָס האָט נישט דערלאָזט, אַז דער הו-האַ פון האַנדל זאָל ביי אים אַוועקנעמען זיין גאַנצע צייט. מען האָט אים גאַנץ אָפט געטראָפן אַ פאַרטיפטן אין די קאָמפּליצירטע סוגיות פון גמרא.

דאָס, וואָס מיר ווייסן וועגן ר’ נחמנען, האָבן מיר צו פאַרדאַנקען די שטיקלעך און ברעקלעך, וועלכע זענען וועגן אים אַריינגעגאַנגען אין די חסידישע ספרים און ספרימלעך. עס איז וועגן אים די רייד אין ספר, וואָס עס האָט אָנגעשריבן ר’ דוב בער, אַן איידעם פון בעל-שמס סופר, ר’ אלכסנדר, און וואָס טראָגט דעם נאָמען “שבחי הבעל שם טוב”, די לויב פון בעל-שם; אַ קלאַסיש ווערק אין דער חסידות-ליטעראַטור. עס דערמאָנט אים און ברענגט אַביסל פון זיינע תורות דער ערשטער, וועלכער האָט אויסגעלייגט און דערקלערט די שיטה פון חסידות, דער רב פון פּאָלאָנאי, ר’ יעקב-יוסף. אָבער שוין דאָס, וואָס מיר ווייסן וועגן אים, איז גענוג אויפצובויען די הנחה, אַז עס זענען געווען צוויי ר’ נחמנס. ווירקלעכקייט און סימבאָל האָבן אין אים זיך צונויפגעאייניקט.

דאָס זענען געווען די יאָרן, ווען דער טוי פון באַגינען איז געפאַלן אויף חסידות, אויף איר שיטה, אויף איר באַוועגונג. אַ דאָרפס-איד פון דער אוקראַינע, צופוסנס פון די קאַרפּאַטן-בערג, פון די מקומות אַרום אוקאָפּ און טלוסט, וועלכער האָט זיך געוואָרפן פון איין פּרנסה אויף דער אַנדערער, ציענדיק מיט שוועריקייט חיונה - אַ בעל-עגלה, אַן אונטער-שמש, אַ בעלפער, אַ ליים-גרעבער - האָט אַרומגעוואָגלט איבער די אידישע ישובים, און גערעדט צו די אידן, וואָס ער האָט אָנגעטראָפן, וועגן דער גרויסער פרייד, וואָס עס איז צו זיין אַ איד; וועגן דער ליכטיקייט, וואָס שיינט אַרויס פון דער חשכות פון אידישן לעבן; וועגן די רייכע אוצרות, וואָס עס פאַרמאָגט אין זיין נשמה אַפילו דער אביון שבאביונים. דער אָרעמסטער צווישן אידן; וועגן דער זיכערקייט און בטחון, וואָס מען דאַרף אין זיך טראָגן אין צייטן פון פאַרלוירנקייט. מען האָט צו זיינע ווערטער זיך צוגעהערט. אָבער דאָס הייסט נאָך נישט, אַז אַלע זענען גלייך מיטגעצויגן געוואָרן מיט אים. דער עיקר האָבן די מער פאַרמעגלעכע פון אידישן מיטלקלאַס און די למדנים זיך נישט געלאָזט פאַנגען פון זיינע רייד. זיי האָבן זיך נישט אָפּגעשטעלט פון אַרויסזאָגן זייער קעגנערשאַפט. די אידישע ישובים אין דעם קאַרפּאַטן-טייל פון פּוילן, אין אוקראַינע, פּאדאליע, וואָלין, האָבן זיך בכן פונאַנדערגעטיילט אין מחנות, ענטוזיאַסטישע אָנהענגער און שאַרפע קעגנער פון דאָזיקן איד, וועמען מען האָט גערופן בעל שם-טוב, ר’ ישראל בעל שם-טוב, און זיין מערקווירדיקער תורה, צו וועלכער עס איז נישט מעגלעך געווען צו פאַרבלייבן גלייכגילטיק.

טאַקע צווישן די קעגנער האָט זיך געפונען ער, נחמן קאָסעווער, (צוליב דעם ווייל ער האָט געוואוינט אין קאָסעוו, איז ער געווען באַקאַנט אונטער דעם נאָמען). אייגנטלעך איז ער געקומען פון אַן אַנדער שטעטל אין יענער געדיכט-באַפעלקערטער אידישער געגנט, פון לודמיר. וואָס אים האָט דערווייטערט פון דער נייער לערע איז בעיקר געווען איר העזהדיקער פּרואוו - ווי ער האָט דאָס באַטראַכט - צו נעמען שווערע און טיפע באַגריפן פון דער מיסטיק, און זיי אויסשפּרייטן פאַר אידן אויפן מאַרק, אָדער אין די קלייטן; גלייך ווי זיי וואָלטן געווען פּשוט און איינפאַך, און יעדער איינער איז מסוגל אין זיי אַריינצודרינגען. פאַראַן זאַכן אין דער ספערע פון גייסט, האָט ער געהאַלטן, וואָס מען דאַרף זיי נישט דערלאַנגען צום המון. ר’ נחמן איז אין דער בראשית-תקופה פון חסידות אַרויסגעטרעטן קעגן דער פרישער שיטה. דער בעל-שם האָט דערפון געוואוסט און ער האָט דאָס באַדויערט. ער האָט זיך שטאַרק באַקלאָגט, הלמאי דער תבואה-הענדלער און למדן פון קאָסעוו רודפט אים. אין ספר “די לויב פון בעל שם-טוב” איז מכוח דעם די רייד.

אָבער דערנאָך איז פאָרגעקומען אין ר’ נחמנען אַן איבערקערעניש. פון אַ קעגנער איז ער געוואָרן אַ תלמיד. אַ סך האָבן דעמאָלט אַדורכגעמאַכט דעם דאָזיקן וועג פון חרטה און באַזינונג. נחמן קאָסעווער האָט אויף אַ גאָר אייגנאַרטיקן אופן געעפנט זיינע אויגן. אַ שטורמישער טעמפּעראַמענט, אַן אימפּולסיווער, האָט ער איינמאָל באַשטימט צו פאָרן קיין מעזשיבוזש צום בעל שם-טוב. ס’האָט געהייסן, אַז ער מוז אַליין זען און זיך איבערצייגן, ווער און וואָס איז דער איד, וועלכער האָט אַריינגעברענגט אַזאַ שטאַרקע אויפרודערונג אין דער אידישער וועלט, ווי אַזוי באַווייזט ער מיט יעדן טאָג צו פאַרשטאַרקן און פאַרגרעסערן זיין באַוועגונג; געפינען אַן ענטפער אויף דער פאַראינטריגירענדיקער פראַגע: פאַרוואָס פאָרט מען צו אים?...

דער בעל-שם, ווערט דערציילט, האָט אים וואַרעם אויפגענומען. דערנאָך האָבן זיי זיך אָפּגעזונדערט פון עולם, און זיי זענען אַריינגעגאַנגען אין אַ חדר-מיוחד. דער שמועס צווישן זיי האָט באַדאַרפט פאַרבלייבן אַ סוד, אָבער אַזוי איז נישט געשען. איינער - אַ פּלוני-אלמוני אין חסידישן לשון, - האָט אונטערגעהאָרכט, וואָס ביידע האָבן גערעדט, עס זענען אַרויפגעברענגט געוואָרן ענינים, וואָס דרינגען אַריין טיף אין קיום פון וועלט און מענטש. דאַן זענען זיי אַריבערגעגאַנגען צום סוד פון אידישן קיום און אויך פון דער גאולה, וואָס איז אָנגעגרייט צו קומען. דאָ האָט ר’ נחמן דוקא געוואָלט פון בעל-שם, אַז ער זאָל אים זאָגן, וואָס ער, נחמן, האָט אין זינען אין דאָזיקן מאָמענט. דער בעל-שם האָט אָפּגעענטפערט, אַז ער קען דאָס נישט טאָן, כל-זמן ר’ נחמנס געדאַנקען וואַנדערן אַרום, וואַנדערן אַהין און צוריק, און שטעלן זיך נישט אָפּ אויף אַ באַשטימטן ענין. ענדלעך האָט ר’ נחמן באַוויזן צונויפצונעמען זיינע מחשבות; און אַז ר’ נחמן איז געווען קאָנצענטרירט אין דער הימלישער געטלעכקייט, האָט פאַר אים דער בעל-שם אַנטפּלעקט די פאַרבאָרגעניש פון זיין געדאַנק. דאָס איז געווען אַנטשיידנדיק אין זייערע קעגנזייטיקע באַציאונגען. נחמן קאָסעווער האָט אָנגעהויבן פאָרן צו ר’ ישראל בעל שם-טוב.

אין דער אָנשטרענגונג אַרויסצוהייבן דאָס געשטאַלט פון שעפער פון דער חסידות-באַוועגונג, איז אין דער כראָניק פון חסידות נישט אָפּגעגעבן געוואָרן גענוג חשיבות צו דער חבורה פון זיינע גרויסע תלמידים; ווי אויך צו זייער בייטראָג צום אויפשטייג פון דער שיטה. אייניקע צענדליק זענען זיי געווען אין צאָל, און עס האָבן צווישן זיי זיך געפונען פּערזענלעכקייטן, וואָס הגם זיי האָבן נישט דערגרייכט דעם רום פון בעל-שמס נאָכפאָלגער ר’ דוב בער פון מעזריטש - גערופן דער מעזריטשער מגיד - אָדער פון ר’ יעקב-יוסף פון פּאלאנאי - דער מחבר פון ספר “תולדות יעקב יוסף”, וואו די לערע פון חסידות האָט צום ערשטן מאָל באַקומען איר שטאַרקן אויסדרוק און דערביי געבליצט מיט דעם שאַרפזין פון דער פּאָלעמיק - זענען דאָך זייערע פאַרדינסטן פון ערשטראַנגיקן באַטייט.

צווישן זיי האָט זיך געפונען ר’ שבתי פון ראַשקאָוו, פאַר וועמען די ספרים פון דער קבלה זענען געווען זיין טאָג-טעגלעכע שפּייז, און אויך אין דער ראָל פון תלמיד, האָט דאָך גראַד ביי אים דער בעל-שם אַ סך געלערנט וואָס שייך דער סודותדיקייט, אין וועלכער דער באַשאַף איז פאַרהילט.

צווישן זיי איז געווען ר’ נחום פון טשערנאָביל, וואָס שוין פון זיין אויסזען און הילוך האָט געשלאָגן די מוראדיקע אָרעמקייט, אין וועלכער ער האָט געלעבט. בעת ער איז דאָס ערשטע מאָל אַריבערגעטרעטן די שוועל ביים בעל-שם, האָט דער בעל-שם אַ זאָג געטאָן צו זיין ווייב: זע נאָר זע, שרה, אַ גנב האָט זיך אַריינגעכאַפּט צו אונז אין הויז! זי האָט געפרעגט: ווי קען מען אָט דעם איד חושד זיין אין גניבה, מעג ער גיין אָפּגעריסן און אָפּגעשליסן? דער בעל-שם האָט איר אָפּגעענטפערט: יאָ, ער האָט פון אונז אַוועקגעגנבעט דעם גאַנצן עולם-הבא!...

אין דאָזיקן תלמידים-קרייז האָט מען זיך אָנגעטראָפן אויף ר’ נחמן פון האָראָדענקע. דורך אַלע צרות, וואָס זענען דעמאָלט אַראָפּגעפאַלן אויף אידן, איז ער מסוגל-געווען צו זען די שטראַל-ליכט, וואָס רייסט זיך אַדורך. דורך אַלע געדיכטע און פינסטערע וואָלקנס, האָט ער באַמערקט די לויכטנדיקע שטערן. גם זו לטובה - אויך דאָס איז צום גוטן! - זענען געווען די ווערטער, מיט וועלכער דער האָראָדענקער האָט זיך אַרומגעטראָגן. אין אַלץ איז ער געווען פעאיק צו דערקענען די טריט פון דער גאולה, וואָס וועט קומען. מיט אָט-דער פיבערדיקער דערוואַרטונג האָט ער זיך אַוועקגעלאָזט קיין ארץ-ישראל.

דאָס איז געווען אין דער צווייטער העלפט פון אַכצנטן יאָרהונדערט. נישט דער דעמאָלטיקער מצב אין הייליקן לאַנד, נישט דער בייזער שטורעם אויפן ים, זענען געווען גינסטיק פאַר אַזאַ רייזע; אָבער ער, ר’ נחמן האָראָדענקער, האָט פון ארץ-ישראל געשריבן קיין מעזשיבוזש, צום בעל-שם, אַז די זיסקייט, וואָס טראָגט זיך פון די נשמה-רפואות, וואָס דער בעל-שם פאַרשרייבט, דערגייט צו אים דאָרט אַהין, און מאַכט פאַר אים אַלץ צוקער-זיס; און אַפילו די ביטערניש, וואָס ער און די חסידים, וועלכע זענען מיט אים מיטגעפאָרן, האָבן איבערגעליטן און ליידן, איז צוקער-זיס!... שפּעטער איז ער געוואָרן דער מחותן פון בעל-שם. זיין זון האָט גענומען פאַר אַ ווייב דעם בעל-שמס אייניקל פון זיין טאָכטער. פון דער זיווג איז געקומען אויף דער וועלט ר’ נחמן בראַצלאַווער.

אין דער חבורה פון אָט-די תלמידים האָט מען געקענט באַגעגענען ר’ אריה לייב פון פּאלאנאי. מען האָט אים גערופן דער מוכיח, דער מוסר-זאָגער. דער אמת איז, אַז ער האָט אין די דרשות, וואָס ער פלעגט האַלטן - און מיט וועלכע ער פלעגט אַרומפאָרן אין יענער געגנט - ווענדן זיך מיט מוסר-רייד צו זיינע צוהערער. דער בעל-שם האָט די מגידים און זייערע שטראָף-דרשות נישט פאַרטראָגן. נישט מוסר דאַרף מען זאָגן דעם עולם - האָט ער געטענהט - נאָר טרייסט דאַרף מען צו אונזערע אידן ברענגען. בטחון מוז מען אַריינגיסן אין זייערע אָנגעווייטיקטע הערצער, דערמונטערונג אין זייערע געבראָכענע געמיטער... נישט אַלע צווישן די אַרומפאָרנדיקע מגידים זענען אַריינגעדרונגען אין דער עמקות פון בעל-שמס כוונות. ר’ אריה לייב איז מיטגעריסן געוואָרן מיט אהבת-ישראלדיקן רוף פון ר’ ישראל בעל שם-טוב.

ס’איז אויך נישט מעגלעך אַדורכצולאָזן פון די תלמידים, וואָס האָבן זיך געזאַמלט אַרום בעל-שם. ר’ מענדלע פון פּרעמישלאַן. אים איז צוגעפאַלן צום האַרץ דאָ, וואָס דער בעל-שם האָט אויפגעטאָן אין דעם ענין פון תפילה. מען קען נישט דאַווענען אָן ברען און התלהבות; אַ תפילה, וואָס איז קאַלט און געפרויר, זוכט מיט שוועריקייט דעם וועג צום הימל. אין אויפגאַנג פון דער תורה פון חסידות, ווען חוזק און שפּאָט זענען אָנגעוואָנדן געוואָרן ווי וואָפן אין קאַמף קעגן איר מצד די קעגנער, איז ר’ מענדל פּרעמישלאַנער נישט נתפּעל געוואָרן פון דער קריטיק, וואָס איז אויסגעמאָסטן געוואָרן קעגן דעם חסידישן לעבנס-שטייגער און אויפפירונג. די התלהבות האָט ביי אים אויסגעזען ווי צונויפגעגליט מיט אידישקייט. און ווען נאָך, אין וועלכע שעה, איז מען מסוגל זיך צו דערוואַרעמען און צעפלאַמען, ווי דעמאָלט, ווען מען גיסט אויס דאָס האַרץ פאַרן בורא?

ס’איז אין דאָזיקן קרייז, וואָס האָט זיך צונויפגעקליבן אַרום דעם בעל-שם, געווען ר’ פּינחס קאָרעצער; אַ געבוירענער אין ליטע, וועלכער האָט זיך באַזעצט אין וואָלין, און דאָ געווען פאַרטאָן אין מלומדות. ער האָט אַריינגעברענגט אין דער סביבה, וואָס האָט אַלץ מער באַקומען איר אייגענע עטנישע כאַראַקטעריסטיק, די שטריכן פון ליטווישן איד. טענער פון דער חקירה האָבן זיך אַריינגעריסן. ווי אַזוי איז מעגלעך צונויפצופּאָרן חקירה מיט תמימות, און צי לאָזן זיי בכלל זיך צונויפפירן? ר’ פּינחס פון קאָרעץ, בטבע אַ שווייגער, האָט געזאָגט: “איך האָב מורא, אַז איך זאָל נישט זיין מער חכם, ווי תם; איך פיל, אַז איך האָב זיך שטאַרקער דערנענטערט צו שלימות, ווען איך האָב געלערנט ווי אַ קלויזניק הינטערן אויוון, איידער היינט, ווען מען זעצט מיך אַוועק אויבנאָן, גלייך ווי איך וואָלט געווען ווייס-איך-ווער”...

אין דער חבורה פון בעל-שם האָט מען אויפגעהויבן די קורצע ווערטער פון ר’ פּינחס, און אויף זיי געבויט טורעמס פון באַגריפן. ניצוצות זענען זיי - איז מען געווען זיכער - לויכטנדיקע פונקען; מען דאַרף נאָר אַראָפּנעמען פון זיי די אויסערלעכע שאָלן, און דערגרונטעווען זיך צו זייער תוך.

 

ב

אָבער צווישן אָט די, וואָס האָבן זיך געזאַמלט אַרום דעם לערער און שעפער פון דער חסידות-באַוועגונג, האָט ר’ נחמן קאָסעווער פאַרנומען גאָר אַ באַזונדער אָרט. באַשאָנקען מיט אַן אייגנטימלעכן חן, איז ער, הגם אויסגעמישט מיט אַלע, און פאַרמאָגנדיק יראת-הכבוד פאַר זיין רבי, דאָך פאַרבליבן אַ תקיף. מען דאַרף קאָנען דעם חילוק צווישן תקיפות און עקשנות, האָט ער געהאַלטן. מ’האָט אַ ברירה צו זיין אַ תקיף, און דאָך נישט צו זיין קיין עקשן. ער האָט נישט פאַרמאָגט די מינדסטע נייגונג צו ווערן אַליין אַ “גוטער איד”, אַ רבי, אַ רב, אַ מגיד. שוין דערמיט האָט ער זיך אונטערגעשיידט פון די אַנדערע. ער איז פאַרבליבן אַ סוחר. ער האָט געשעצט זיין זעלבשטענדיקייט. ניין, נישט פאַר נחמן קאָסעווער איז צו ווערן אָפּהענגיק פון קהל!

אין די העכער דריטהאַלבן הונדערט יאָר, וואָס טיילן אונז אָפּ פון אים, זענען געמאַכט געוואָרן פּרואוון צו דערקענען און אַנאַליזירן זיין אָריגינעלע פּערזענלעכקייט. עס האָט עטוואָס פון זיין ביאָגראַפיע אַרויסגעברענגט שמעון דובנאָוו אין זיין “געשיכטע פון חסידות”. זיין געשטאַלט האָט געוועקט אינטערעס ביי דעם חסידות-פאָרשער שמואל אבא האָראָדעצקי. אַן אָנשטרענגונג אַרויסצושעפּן פון די אַלטע מקורות אַלץ, וואָס איז געשריבן געוואָרן וועגן אים, האָט געמאַכט פּראָפעסאָר אברהם יהושע העשיל. ער אַליין, נחמן קאָסעווער, האָט גאָרנישט פאַרצייכנט פון זיינע מחשבות און אידייען. אין דאָזיקן דרך, וואָס ער האָט פאַר זיך אָפּגעקליבן, איז ער פאַרבליבן געטריי צו זיין וועגווייזער, דעם בעל-שם. מיט אָט דער אומוויליקייט צו ווערן מחברים פון ספרים באַגעגענען מיר זיך, איבעריקנס, ביי אַזוי פיל אַנדערע גדולים אין דער וועלט פון חסידות, אין די שפּעטערדיקע תקופות.

דאָס, וואָס ווערט קלאָר גלייך, ווען מען עפנט דאָס קאַפּיטל פון זיין לעבן, איז, אָז מיט גאָר אַ שאַרפן קאַמף איז ער אַריינגעטראָטן אין דער מחשבה-ספערע פון חסידות. פון אַלע מיאוסע מידות, איז לויט אים גאווה די מידה, קעגן וועלכער מען דאַרף זיין גרייט תמיד זיך צו פאַרמעסטן, וואָרום זי גרייפט אָן דעם מענטש מיט כלערליי קונצן און אין אַלערליי וועגן. ער אַליין האָט געהאַט מיט וואָס זיך גרויס צו האַלטן: מעגלעך דער איינציקער עושר צווישן הוילע קבצנים. זיינע תבואה-ליפערונגען זענען געגאַנגען איבער גאַליציע און פּאדאליע; אַ דאָרף נאָנט צו קיטעוו איז געווען אין זיין אַרענדע; און דערצו, ווי געזאָגט, אַ למדן, אַ תקיף. טאַקע דערפאַר, כדי נישט געשטרויכלט צו ווערן, איז ער געווען אין מצב פון מלחמה, כסדרדיקער מלחמה, קעגן דער גאות, און ער איז נישט מיד געוואָרן אונטערצושטרייכן די מעלות פון עניוות. אין דער מידה פון באַשיידנקייט, האָט ער אויפגעוויזן, זענען די וואָרצלען פון אידישקייט.

איבער משה רבינו ווערט געזאָגט בפירוש, אַז ער איז געווען דער גרעסטער עניו צווישן די מענטשן אויף דער ערד (במדבר יב, ג). אָבער אַזעלכע זענען זיי דאָך געווען אַלע, די אבות פון דער אידישער אומה, די גדולים פון דער אומה. אַפילו ווען מען איז שווער אָנגעלאָדן, אַזוי ווי אברהם אבינו איז געווען, “מיט זילבער און גאָלד” (בראשית יג, ב), מוז מען פאַרבלייבן באַשיידן. דאָס איז אויך אַ באַדינג, אַז דאָס געפיל פון רחמנות זאָל נישט אָפּגעטעמפּט ווערן. מיטצייטלער גיבן איבער, וואָסער גרויסער בעל-רחמנות ר’ נחמן איז געווען. צו אַלע לעבעדיקע באַשעפענישן האָט ער זיך באַצויגן מיט באַרעמהאַרציקייט. מען האָט אים אָפט געקענט געפינען, ווי ער אַליין, הגם אַרומגערינגלט מיט באַדינער און משרתים, גיט צו עסן די בהמות, וואָס זענען געווען אין זיין אַרענדע. דאָס איז אַ גרויסע מצווה - פלעגט ער דערקלערן זיין אויפפירונג צו די, וועלכע האָבן זיך געוואונדערט, הלמאי ער אַליין גיט זיך אָפּ דערמיט. - וואָס ווילט איר, אַז איך זאָל אַזאַ מצווה אַוועקגעבן צו אַ ליאַדע משרת?!

נישט געקוקט אויף אַלע באַשעפטיקונגען, וואָס האָבן אויסגעפולט זיין צייט, האָט ער נישט אָפּגעלאָזט דאָס לערנען און דאָס פאַרטיפן זיך אין ספרים. דערפון וואַקסט נאָך שטאַרקער די שטוינונג פאַר זיין פילזייטיקער פּערזענלעכקייט. וואָס אַלץ האָט ער נישט געלערנט! אין דער גמרא און אין איר פאַרפלאָכטענער שקלא-וטריא איז זיין חריפותדיקער מוח געווען “ביי זיך אין דער היים”; דער זוהר, וואו די סודותדיקייט פון דער געטלעכקייט, פון באַשאַף, און פאָלק ישראל, זענען דער צענטראַלער פּונקט, איז געווען דאָס ספר, מיט וועלכן ער האָט זיך נישט געשיידט. אין זיין אַליין-אַנאַליז האָט ער אַזוי אַרום דערקלערט די פאַרצווייגטקייט פון זיין געדאַנק: עס זענען פאַראַן אידן, וואָס אַפילו ווען זיי קומען אין בית-המדרש אַריין און טוען אָן טלית און תפילין, בלאָנדזשעט אַלץ זייער געדאַנק אַריבער צו זייערע געשעפטן אָדער צו די מלאכות, אין וועלכע זיי אַרבעטן, טאָ פאַרוואָס זאָל איך נישט פאַרבלייבן מיט מיין מחשבה ביי דער גמרא און ביים זוהר, ווען איך טו מיינע געשעפטן? אויך, ווען איך בין פאַרשטויבט פון די קערנער פון דער תבואה אין מיינע שפּייכלערס, לערן איך, וואָס עס שטייט אין די ספרים! אויך אין דער וואָך לאָז איך זיך נישט פאַרשלינגען פון דער וואָכנדיקייט!...

דאָס, וואָס ציט צו אַזוי שטאַרק אונזערס אַ מענטש, דורך דעם מרחק פון דריטהאַלבן הונדערט יאָר, צו אים, זענען די פילאָסאָפישע פּראָבלעמען, צו וועלכע ער האָט זיך אָפּגעגעבן. אמת: ער פיגורירט נישט צווישן די פילאָסאָפן פון יענער צייט, און אין דער געשיכטע פון דער פילאָסאָפיע איז נישט אָנגעגעבן זיין נאָמען. צוליב דער קאַרגשאַפט פון מאַטעריאַלן איז אויך אין דער חסידישער כראָניק פאַרמינערט די וואָגיקייט פון זיין מחשבה, אָבער עס אונטערליגט נישט קיין ספק, אַז אַ בריק פירט פון אים צו ר’ מענדעלע קאָצקער. הונדערט יאָר פאַר ר’ מענדעלע קאָצקער איז ער געטריבן געוואָרן פון זעלבן פיבערנדיקן אומרו. אין דער אוקראַינע, צווישן תמימותדיקע אידן, האָט ער אָנגעוואַרפן אידייען, וועלכע זענען אַזוי שטאַרק ענלעך צו די באַגריפן, וואָס האָבן צווישן זיך געפירט אַ “ויתרוצצו” אין ר’ מענדעלען, וועלכער האָט אויסגעטראָגן זיין לערע אין קאָנגרעס פּוילן, אין אַ מער ראַפינירטער, אין די הויכקייטן-פאַרקוקטער, סביבה.

אָט למשל די שטרעמונגען פון אָפּטימיזם און פּעסימיזם. צי דאַרף מען באַטראַכטן וועלט און מענטש מיט אויגן פון מילדקייט און גוטמוטיקייט? אָדער צי איז ריכטיקער צו ווערן אַדורכגעדרונגען      מיט בייזקייט און צער, באַטראַכטנדיק דאָס וואָס עס שפּילט זיך אָפּ אויף דער ערד? מען וואָלט געקענט רעכענען, אַז אין די גרונט-ווערק פון אידישקייט איז מעגלעך צו געפינען די קלאָרע תשובה אויף דער פראַגע. אָבער דאָס איז דאָך ווייט נישט אַזוי. אין די טעג פון וועלט-באַשאַף דערשיינט טאַקע פאַר אונז איין מאָל און ווידעראַמאָל דער רעפריין “כי טוב”, אַלץ איז גוט, אַלץ איז שיין און וואויל; ביים סוף פון באַשאַף שטעלט זיך אַפילו פאַר אונז דער אַלץ-אַרומנעמענדיקער, מיט פולן אָפּטימיזם אַדורכגעזאַפּטער, סך-הכול “והנה טוב מאד”, אַלץ איז זייער גוט (בראשית א, לא).

אָבער קוים געציילט דורות זענען אַריבערגעגאַנגען, און ווי אַנדערש האָט אַלץ אָנגעהויבן אויסזען! ווי פאַרשידן האָט, צום באַדויערן, זיך פאָרגעשטעלט דאָס בילד פון וועלט און מענטש! דער באַשעפער אַליין האָט חרטה געהאַט, וואָס ער האָט באַשאַפן דעם מענטש, זעענדיק, ווי פאַרדאָרבן דער מענטש איז, און ווי שלעכט און געמיין עס זענען זיינע מחשבות און מעשים (בראשית ו, ה).

ווען מען גיט נאָך צו, אַז אין תנ”ך זענען אַריינגענומען געוואָרן אַזעלכע טיף-גראָבנדיקע, אומהיימלעכקייט אָניאָגנדיקע, ספרים ווי איוב און קהלת, ווערט מען גאָר שטאַרק צעטומלט און צערודערט, וואָס שייך דעם אָפּטימיזם, וואָס שטראָמט, לויט דער אומגייענדיקער מיינונג פון אידישקייט. עס איז אָנגענומען, אַז אידישקייט זאָגט “יאָ” צום לעבן. “ובחרת בחיים” - זאָלסט אויסוויילן דאָס לעבן - איז אַ דייטלעכער אָנזאָג (דברים ל, יט), וואָס דאַרף נישט איבערלאָזן אין קיינעם קיין שום וואַקלענישן און קווענקלענישן. אויך דער ספר איוב פאַרענדיקט זיך מיט אַ קאַפּיטל, וואָס דאַרף דינען ווי אַ מוסר-השכל, פון וועלכן מען קען אַרויסלערנען, אַז דאָס לעבן איז ווערטפול און פאַרמאָגט אַ זין און אַ ציל.

אויך דער סקעפּטיציזם פון קהלת שליסט זיך אָפּ מיט אַ סוף-פּסוק - אָדער “סוף דבר”, ווי דאָרט גייט דאָס לשון - אַז מען טאָר זיך נישט פאַרלירן און סתם שטעלן קלאָץ-קשיות, וואָרום אין וועג, וואָס מיר מאַכן אַדורך אויף דער ערד אין די יאָרן פון אונזער לעבן, איז פאַראַן אַ כוונה און אַ ריכטונג. “את האלקים ירא ואת מצותיו שמור כי זה כל האדם”.

אָבער אַפילו, ווען מען נעמט זיך די אַלע באַפרידיקנדיקע אויפקלערונגען גוט אין זינען אַריין, קענען מיר דאָך פאָרט זיך נישט באַפרייען פון די זלידנע מחשבות, וואָס די פאַרקערטע שטעלעס און די קאַפּויערדיקע מיינונגען, וועלכע מיר באַגעגענען אין די זעלבע ספרים, רוקן אָן. צי איז מעגלעך פאַר אונז אינגאַנצן אָפּצואוואַרפן דעם איינדרוק פון אומעט און אַנטוישונג, וואָס קהלת לאָזט אין אונז איבער מיט זיין כסדרדיקן איבערחזרן, אַז אַלץ איז נאַריש און פאַרביילויפיק, אומזיניק און פּוסטער געיעג, “הבל הבלים”, “הכל הבל”? און וואָס מישטיינס-געזאָגט איז דער תכלית און דער “צו וואָס” פון אַלע אונזערע מי און מאַטערנישן?

צי איז דען מעגלעך נישט אַריינצופאַלן אין אָפּגרונט פון צווייפל און אַפּאַטיע, בעת מען לייענט, צום ביישפּיל, דאָס דריטע קאַפּיטל אין ספר איוב און מען באַגעגנט דאָרט די דערשיטערנדיקע מוראדיקע פראַגע, וואָס עסט זיך איין אין האַרץ און געמיט, און רויבט צו די גלייכגעוויכט: צו וואָס, אוי צו וואָס, בין איך אַרויסגעקומען אויף דער וועלט? פאַרוואָס, אוי, פאַרוואָס, בין איך נישט פאַרבליבן פאַרבאַהאַלטן אין מיין מוטערס אינגעווייד, און בכלל אַרויסגעגאַנגען אויף דער ליכטיקער שיין? (או כנפל טמון לא אהיה, כעוללים לא ראו אור, איוב ג, טז).

 

ג

יאָרן נאָך יאָרן, תקופות נאָך תקופות, האָט מען נישט אויפגעהערט אין דער מחשבה פון אידישקייט זיך צו גריבלען אין אָט-דעם האַרבן פּראָבלעם פון יאָ און ניין, אָפּטימיזם און פּעסימיזם, און ציען דעם חשבון פון זיין און נישט זיין. אין תלמוד ווערט איבערגעגעבן, אַז צוויי און אַ האַלב יאָר האָבן די געדאַנקען-שולעס פון שמאי און הלל - בית שמאי און בית הלל  - געפירט צווישן זיך אַ דעבאַטע. אין איין שולע איז מען געקומען צום אויספיר, אַז עס איז בעסער פאַרן מענטש, ווען ער וואָלט נישט באַשאַפן געוואָרן - נוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא - און אין דער אַנדערער שולע האָט מען געזאָגט, אַז עס איז בעסער פאַרן מענטש, וואָס ער איז יאָ געוואָרן באַשאַפן - נוח לו לאדם שנברא יותר משלא נברא.

נאָך אַזאַ שאַרפער און לאַנג-דויערנדיקער דעבאַטע איז מען אין ביידע שולעס געקומען צום אויספיר, אַז עס איז בעסער פאַרן מענטש, ווען ער וואָלט נישט געוואָרן באַשאַפן - נימנו וגמרו, נוח לו לאדם שלא נברא משנברא (עירובין יג), מען האָט זיך אומגעקערט צום דאָזיקן פּראָבלעם ביי פאַרשידענע געלעגנהייטן און אין אַנדערע ווערק. די גיגאַנטן פון אידישן בליק האָבן אומדערמידלעך געזוכט באַשייד.

ווייניקער פון אַלע ערטער האָט זיך אויסגעוויזן דאָס אידישע אוקראַינע צו זיין דער פּאַסיקער פּלאַץ פאַר אַריינלאָזן זיך אין די טיפענישן פון דער פראַגע פון זיין און נישט זיין; וואָרום דאָרט האָט אין יענער צייט גענומען די אויבערהאַנט אין אידישן לעבן די פּשטות, וואָס האָט נישט קיין חשק זיך צו פאַרוויקלען אין ענינים, פאַר וועלכע עס איז שווער צו געפינען אַן אויסגאַנג; און ווייניקער ווי ערגעץ-אַנדערש, האָט דאָס אויפשפּראָצנדיקע חסידות געקענט פאַרטראָגן אַזאַ געמיטער-געראַנגל. די שיטה פון חסידות האָט נישט דערלאָזט, אַז דער אומעט זאָל זיך אויסבויען אַ נעסט אין אידישן האַרץ, זי האָט געשעפּט פון די לויטערע קוואַלן פון פרייד. זי האָט געזען ליכט און זון אין גאַנצן אַרום און געוואָלט, אַז דאָס ליכט און די זון זאָלן ממש פאַרפלייצן דעם אידישן מענטש. בלויז בלינדע, וועלכע פאַרשטעלן זיך דערצו די אויגן, באַמערקן נישט די שטראַלן ליכט, וועלכע רייסן זיך אַדורך - האָט געזאָגט דער בעל-שם-טוב.

אָבער אין אָט-דער צו פרייד-גאַרנדיקער סביבה, האָט ר’ נחמן קאָסעווער זיך נישט אָפּגעשטעלט פון אַריינברענגען די פולקייט פון דער אידישער השקפה. אַוודאי באַקומט דאָס לעבן אַ זין און אַ ציל ערשט דורך די מעשים, וואָס מיר טוען. צו דעם אויספירן זענען דאָך לסוף דערגאַנגען די שולעס פון הלל און שמאי (ועכשיו שנברא, יפשפּש במעשיו). אָבער אויפן וועג צום דאָזיקן פּאָזיטיוון אויספיר, איז דאָ דער געראַנגל צווישן אידייען, און אידישקייט טאָר דעם געראַנגל נישט אויסמיידן. אידישקייט איז נישט בלויז דער ענטפער, אידישקייט זענען אויך די פראַגעס. דער נביא ירמיהו האָט זיך נישט אָפּגעהאַלטן פון זאָגן, אַז אין מענטשלעכן האַרץ קלייבן זיך אָן כלערליי געפאַר-ברענגענדיקע געפילן. און אַז דאָס האַרץ ווערט געשלעפּט און געצויגען צו קעגנגעזעצטע שטרעמונגען (עקוב הלב מכל, ואנוש הוא, מי ידענו. ירמיהו יז, ט). טאַקע אַזוי: ווער איז פעאיק און מסוגל אַריינצוקוקן אין די פאַרבאָרגענישן פון מענטשלעכן האַרץ?

ס’איז געווען נאָך אַן אַנדערע קאָמפּליצירטע פראַגע, וואָס האָט נישט געלאָזט רוען דעם אומרואיקן געדאַנק פונעם תבואה-סוחר פון קאָסעוו: די פראַגע פון מינהג. זינט דורות האָט מען געוואוסט ביי אידן, אַז אַ מינהג איז ווי אַ דין, און אַפילו שטאַרקער ווי אַ דין. פאַר אַ יסוד אין אידישקייט האָט מען באַטראַכט דעם כלל, אַז דעם מינהג פון די עלטערן דאַרף מען נישט בייגן (מנהג אבותינו תורה היא, מנחות כ). חסידות, אין דער צייט, ווען די שיטה האָט אָנגענומען פאָרם, איז נישט אַלע מאָל געגאַנגען אין שפּאַן פון מינהג. אָבער ווען זי האָט דאָס געטאָן, האָט זי זיך כסדר פאַרענטפערט, פאַרוואָס דער מינהג פון דורות קומט אויס ביי איר אַביסל אַנדערש. אָפן און דרייסט אָפּצוטרעטן פון איינגעפירטע געוואוינהייטן האָבן נישט אַלע געוואַגט.

ר’ נחמן האָט אויך דאָ אַרויסגעוויזן מוט. ער האָט געזאָגט, אַז אַ מינהג דאַרף באַטראַכט ווערן פון אַלע זייטן. און מען דאַרף זען צי ס’איז ריכטיק און נייטיק אין אים זיך אָנצוהאַלטן. ער האָט איבערגעחזרט, וואָס רבינו יעקב תם, דער געזעצגעבער פון אַשכנזישן אידנטום, האָט לאַנגע תקופות פריער געזאָגט, אַז מנהג האָט די זעלבע אותיות וואָס גהנם (גהינום); און סתם זיך נישט וועלן שיידן מיט קיין מינהג איז פאַלש. אָבער אויב רבינו תם האָט זיך אָנגעשפּאַרט, ווי זיין שטייגער איז געווען, אויף געזעץ און הלכה, האָט ר’ נחמן קאָסעווער אַפּערירט מיט סאַמע קאַטעגאָריעס פון געדאַנק. מיר ווייסן נישט, אויב ס’איז צו אים דערגאַנגען דער אייזערנער כלל אין דער פילאָסאָפיע, אַז ערשט דאָס טראַכטן איז אַ באַווייז אויף דעם מענטשנס עקזיסטענץ; אָבער לייענענדיק זיינע אַרגומענטן, שווימט כסדר אויף דער דאָזיקער כלל. אומגעוויינלעך דרייסט אין זיין אויסטייטש פון פּסוק אין חומש: “אל תפנו אל האובות” (ויקרא יט, לא). אויב דאָרט איז די רייד, אַז מען דאַרף נישט האָבן קיין גלויבן אין די ערדישע און מכלומרשט איבערערדישע גייסטער, האָט ער דערקלערט, אַז דאָס איז אַ וואָרנונג קעגן אַן אומגערעכטן, איבערגעטריבענעם גלויבן אין אונזערע טאַטעס (אל תפנו אל האבות).

מיר האָבן דאָס רעכט צו טראַכטן זעלבשטענדיק, און נישט אָנשפּאַרן זיך תמיד אין אויטאָריטעטן. מען דאַרף נישט זיין בלויז פאַרקוקט אויף צוריק. דאָס ווייב פון לוט האָט געקוקט כסדר אויף צוריק - און זעט, וואָס פון איר איז געוואָרן! כל-זמן מען דערשיטערט נישט די יסודות, איז אָנגעוויזן אָפּצוטרעטן פון אָנגענומענעם מינהג. ער האָט נישט גערופן אויסצורייסן אויף אַן אומבאַרעכנטן אופן געוואוינהייטן, אָבער ער האָט גערופן צו טראַכטן.

מען קען אָנטרעפן נאָך אַנדערע רעיונות ביי אים, וואָס מאַכן דעם רושם, ווי זיי וואָלטן פון קאָסעוו אַריבערגעוואַנדערט הונדערט יאָר שפּעטער קיין פּשיסכע און קאָצק, די גרויסע מחשבה-צענטערס פון מזרח-אייראָפּעאישן אידנטום. זוכן דעם אמת איז פאַר ר’ נחמנען געווען די אָנשטרענגענדיקע אויפגאַבע; אַ ליידנשאַפט. ער האָט נישט פאַרטראָגן דעם ווילן אַלעמען געפעלן צו ווערן. וואָסער פּרייז מען זאָל נישט מוזן באַצאָלן פאַר דער שטרעבונג צום אמת - ס’איז כדאי דעם פּרייז צו באַצאָלן. דער אמת איז ממש ווי דער אָטעם, אָן אים שטעלט זיך אָפּ דאָס, וואָס איז עכט אין אונזער לעבן.

מ’וואָלט געקענט מיינען, אַז מיט אַזעלכע איבערצייגונגען איז ר’ נחמן געווען אַ בייזער, אָנגעכמורעטער איד. עס הייבט זיך נישט אָן. גראָד ער האָט דערמאָנט, אַז כעס איז אַ שלעכטע מידה, וואָס מען דאַרף זיך פון איר דערווייטערן. ווערן דאָך נאָך אין תלמוד געברענגט די ווערטער פון אלעזר בר קפּרא, וועלכער האָט זיך באַרימט געמאַכט מיט זיינע קלוגע אפאָריזמען, אַז אַ כעסן דערגרייכט בעצם גאָרנישט מיט זיין בייזערן זיך (רגזן לא עלתא בידיה אלא רגזנותא, קידושין מא).

מיט שוועריקייט לאָזן זיך אָנצייכענען אַלע פראַגעס און פּראָבלעמען, אין וועלכע ר’ נחמן האָט זיך געגריבלט, זיי געהערן צום תחום פון דער מיסטיק, און אויך פון דער עטיק. ווי אַזוי קענען מיר זיך דערהייבן אין אונזער נשמה, און פאַרוואָס פאַלן מיר אָפט אַראָפּ פון דער הויכקייט, צו וועלכער מיר זענען אַרויפגעשטיגן? צי מוז נאָך אונזערס אַן אויפשטייג, אַ גייסטיקן אויפשטייג, טאַקע קומען אַ ירידה? צי איז די ירידה אומפאַרמיידלעך, אָדער איז זי גאָר נויטיק צו דער שפּעטערדיקער דערהייבונג? אויך די פראַגע פון יחיד און מאַסע, פון דער אויסדערוויילטער פּערזענלעכקייט אין איר צונויפטרעף מיט דעם המון, האָט אין אים אַרויסגערופן כלערליי רעפלעקסן.

ווידער האָט ער זיך אומגעקערט  צו דער באַצווינגענדיקער געשטאַלט פון משה רבינו. איבער אים ווערט געזאָגט, אַז ער איז געווען אַ שטאַמלער, אַ כבד-פּה. אָבער צי איז ער מעגלעך געווען אַ שטאַמלער דערפאַר, ווייל דאָס פאָלק האָט צוערשט זיך נישט געוואָלט צו אים צוהערן, און דאָס פאָלק האָט אים געברענגט צום שטאַמלען? דאָס פאָלק, הייסט עס, איז משפּיע, דאָס פאָלק האָט אים געברענגט צום שטאַמלען? דער המון טראָגט די פאַראַנטוואָרטלעכקייט דערפאַר, וואָס זיין מנהיג שטאַמלט. אויב מען רעדט צו די, וועלכע ווילן נישט פאַרשטיין, וואָס מען זאָגט זיי, פאַרלירט מען דאָס לשון. וועקט זיך דערפאַר אויף די אַלטע קשיא: ווער דעצידירט אין לויף פון די פּאַסירונגען, דער יחיד אָדער דער רבים? ביי ר’ נחמנען האָט די מיסטיק אַריינגעשפּרייזט אויך אין תחום פון דער היסטאָריאָסאָפיע.

ס’איז זיך משער צו זיין, אַז זיין איינשטעלונג און טעמפּעראַמענט האָבן אים געברענגט נישט ווייניק רדיפות. ער איז מעגלעך געווען דער אַממייסטן באַליידיקטער אין דעם פרימאָרגן פון דער חסידות-באַוועגונג. מ’האָט אים אַפילו חושד געווען, אַז ער איז אין געהיים אַן אָנהענגער פון פאַלשן משיח שבתי צבי, און פון דער סעקטע, וואָס איז נאָך אים פאַרבליבן. אָבער ער האָט די בלבולים און זילזולים אויפגענומען, קען מען זאָגן, מיט פאַרשטענדעניש. אַזאַ איז דער דרך-העולם, האָט ער באַמערקט. אַזאַ איז דער מענטש; ער זעט יענעמס פעלערן, און זעט נישט זיינע אייגענע... דינים פון אַמאָל האָבן ביי ר’ נחמנען אָנגענומען צאַפּלדיקע אַקטועלקייט. זיי קענען דינען ווי אַ מאָס פאַר דער מענטשלעכער אויפפירונג (כל הנגעים אדם רואה, חוץ מנגעי עצמו, משנה נגעים ב, ה). אַזוי איז דאָס געווען אין בית-המקדש פאַרצייטנס, אַזוי איז דאָס אין לעבן כסדר: חסרונות געפינט מען נאָר ביים צווייטן...

ס’איז ביי ר’ נחמנען געווען אַ זעלטענער צונויפפּאָר פון ספר מיט דער טאָגטעגלעכער האַוועניש. דער ספר איז ביי אים נישט געשטאַנען דווקא אין דער ספרים-שאַנק, ער איז געווען ביי אים אין מוח, אין געמיט; אַפילו אין מסחר. אויב עמעצער אַ איד האָט מקיים געווען דעם אַלטן אָנזאָג, אַז מען דאַרף אין ספר מעיין זיין “יומם ולילה”, “טאָג און נאַכט”, איז דאָס געווען בלי ספק, דער דאָזיקער קאָסעווער סוחר. ער האָט געעטמעט מיטן ספר.

דאָס אייגנטימלעכע אין אידישקייט איז, לויט אים, וואָס זי דערלאָזט די פאַרשידנקייט פון מיינונגען, און רעגט אָן, און אינספּירירט, צו באַטראַכטן פראַגעס און פּראָבלעמען פון אַלע מעגלעכע שטאַנדפּונקטן. אידישקייט פאַרטראָגט נישט ענגשאַפט פון געדאַנק און ענגקייט פון געפיל. דער תלמוד ברענגט צום אויסדרוק קעגנגעזעצטע מיינונגען, און וויל זיי צומאָל נישט אויסגלייכן. מיר האָבן אין אונזער הלכה און גייסטיקער געשיכטע אָפּגעגעבן אָרט פאַר סתירות און ווידערשפּרוכן. די באַצייכענונג פאַר דער שטאָט ירושלים פון אַמאָל, וואָס מיר געפינען אין אָנהייב פון מגילת איכה. “העיר רבתי עם” מיינט צו זאָגן, לויט ר’ נחמן קאָסעווער: די שטאָט, אין וועלכער עס זענען אויסגעוואַקסן אַ סך מיינונגען, אַ סך השקפות, אַ סך שיטות, און זענען זיי געשטאַנען אַפילו אין שאַרפן קעגנזאַץ איינע צו דער צווייטער. אין ירושלים האָט מען זיך געוואָנדן צום מענטש און צו אים געזאָגט: גיי טראַכט, גיי קלייב אויס די שיטה, וואָס איבערצייגט דיך! דאָס איז דער אָנווייז פון אַמאָליקן אידישן גייסטיקן צענטער אין ירושלים פאַר דורות, און פאַר אַלע קהילות, אָן אונטערשייד, וואו זיי אַנטשטייען.

מ’האָט פון ר’ נחמנען געוואָלט, אַז ער זאָל פאַרשרייבן זיינע געדאַנקען, זיין תורה שבעל-פּה. אָבער ער האָט דערצו נישט מסכים געווען. צו וואָס, צו ווען? - האָט ער סקעפּטיש געפרעגט, גענוי אַזוי ווי עס האָט אַ סך יאָרצענדליקער שפּעטער מיט דער פולער אַנטשיידנקייט אָפּגעוואָרפן יעדע ווענדונג צו שרייבן אַ ספר דער רבי פון קאָצק. צו הילף האָט ער גענומען די עצה פון קהלת: “היט זיך אָפּ, מיין זון, פון מאַכן אַ סך ספרים; ס’איז אַן ענדלאָזע, צו גאָרנישט דערפירנדיקע אָנשטרענגונג” (קהלת יב, יב). זיי געוואָרנט, מיין זון!...

אָבער ווייזט אויס, אַז זיין געזונט איז רואינירט געוואָרן פון כסדרדיקן אומרו, וואָס האָט אים געיאָגט און געטריבן; פון אומאויפהערלעכן שטורם און דראַנג צו זוכן און דערגרונטעווען, וואָס האָט זיך אין אים איינגעגעסן; פון דער כסדרדיקער גייסטיקער שפּאַנונג, מיט וועלכער ער האָט געפיבערט; פון די אומאויפהערלעכע געראַנגלען, וועלכע ער האָט געפירט מיט זיך און מיטן אַרום.

אַן ערך פערציק יאָר איז ער אַלט געווען, ווען ער איז אַוועק פון דער וועלט. דער בעל-שם האָט נאָך דעמאָלט געלעבט, און ער האָט טיף געטרויערט אויף דער פּטירה פון אייגנאַרטיקסטן פון זיינע תלמידים. רבי לוי יצחק בערדיטשעווער האָט געזאָגט, אַז מ’וועט שטאַרק פילן זיין אַוועקגיין. ווי די חסידישע כראָניק דערציילט, האָט דער בעל-שם אָפּגעגעבן גרויס כבוד ר’ נחמנס אלמנה, ווען זי איז צו אים געקומען. ער האָט געזאָגט: די, וואָס זענען געווען אין ר’ נחמנס מחיצה, פאַרדינען, אַז מען זאָל זיי אָפּגעבן כבוד.

 

ד

קומען מיר צום צווייטן ר’ נחמן, דער סימבאָל ר’ נחמן. דער סימבאָל פון די אידן, וואָס האָבן געלעבט אין פּוילן, אוקראַינע, ליטע, גאַליציע, וואָלין, פּאדאליע, ווייסרוסלאַנד - הקיצור אין מזרח-אייראָפּע, אין דער תקופה פאַרן נאַצי-חורבן. וואָס מער מיר דערווייטערן זיך פון יענער וועלט, וואָס איז אונטערגעגאַנגען, אַלץ שטאַרקער ווערט, צום באַדויערן, אויסגעקרומט דאָס ווירקלעכע בילד און פאַלשע באַגריפן פרוכפּערן זיך. דערנענטערט זיך צו אונז אַזאַ געשטאַלט ווי ר’ נחמן קאָסעווער, און לעבט אויף אין אונזער געדאַנק די אידן, אַזוי ווי זיי זענען געווען אין  דער אמתן.

נישט ריכטיק איז, אַז זיי, די אידישע מאַסן אין דער וועלט, וואָס איז אונטערגעגאַנגען, זענען געווען די סטאַטיסטן אין דער גרויסער געשיכטלעכער אידישער דראַמע, ווי מען וויל אונז איצט איינריידן; דאָס הייסט, אַז אין יעדער באַוועגונג, וואָס איז אַנטשטאַנען, זענען געווען אַ פּאָר טאָן-געבער, און די מאַסן האָבן געזאָגט “אמן” נאָך יעדן אָנווייז, וואָס איז געקומען פון אויבן. נישט געווען אין דער גאַנצער אידישער פאַרגאַנגענהייט און אין דער אידישער צעשפּרייטקייט אַזאַ באַוואוסטזיניקע אידישע מאַסע, ווי אין די טראַגיש-פאַרשוואונדענע קהילות. צונויפגעלייגט פון באַוואוסטזיניק-דיסציפּלינירטע יחידים, קען מען זאָגן, אַז דאָרט האָט דער יחיד געטראַכט, אַנאַליזירט, אַרגומענטירט. בעת אונזער פאָלק האָט נאָר וואָס געשטעלט זיינע ערשטע טריט, ווערט דערציילט אין חומש, האָט יהושע, דער תלמיד פון משה רבינו, זיך געקלאָגט פאַר משהן, באשר ובכן צווישן פאָלק קען מען באַמערקן, ווי  “אומבאַרופענע” נעמען זיך דאָס רעכט “צו זאָגן נביאות”. אין אַנדערע ווערטער: צו אַנטוויקלען אידייען, אָנצייכענען אידעאַלן. משה האָט אים דערויף געענטפערט: הלוואי זאָלן אַלע טאַקע אַזוי טאָן! (ומי יתן כל עם ה’ נביאים, במדבר יא, כט). אין אידיש מזרח-אייראָפּע איז דער דאָזיקער וואונטש פאַרווירקלעכט געוואָרן. אָט נעמט די חסידות-באַוועגונג אין איר אויפשפּראָץ. אַלע וועלכע האָבן זיך אַרום דער באַוועגונג געזאַמלט און געוואָרן אירע אָנהענגער, וואָלטן, דאַכט זיך, טאַקע באַדאַרפט דעמאָלט אָנשטעלן מויל און אויערן צו די אָנווייזונגען און רמזים, וואָס זענען געקומען מצד די, וועלכע האָבן געגרינדעט די באַוועגונג און אָנגעפירט מיט איר. אָבער שוין דעמאָלט האָט דער תבואה-הענדלער פון קאָסעוו געוואַגט צו גיין זיין אייגענעם דרך, און ברענגען זיין אייגענעם אידייען-בייטראָג, נישט געקוקט אויפן שטורם, וואָס דאָס האָט געקענט אַרויסרופן.

אָט די אידן האָבן געשטרעבט צו זיין מיטבויער, מיטשעפער. זיי האָבן זיך נישט באַגנוגנט, וואָס עמעצער מאַכט געשיכטע פאַר זיי. מ’האָט זיך אָנגעשטרענגט אַליין צו מאַכן געשיכטע, און זיי האָבן דאָס דערגרייכט. אין אַלע פאַזעס, וואָס מזרח-אייראָפּעאישע אידן האָבן אַדורכגעמאַכט, זענען זיי פאַרבליבן אַקטיוו, מיט איניציאַטיוו שפּרודלענדיקע, מענער און פרויען פון טאַט. אַפילו אין דער טראַגיש-העראָאישער צייט פון פאַרלענד, איז דאָס פאָלק, מיט זיינע אַלטע און יונגע - דער אויסדרוק פון כלערליי אידייען-קעסלען, וואָס האָבן אין אים געזאטן און געקאָכט - אין אַלע זיינע שיכטן, געווען אַריינגעטאָן אין מאַכן געשיכטע.

אין דעם אויסגעקרומטן בילד, וואָס ווערט געמאָלט וועגן דער מזרח-אייראָפּעאישער אידישער וועלט, וואָס איז אונטערגעגאַנגען, ווערט אָנגעוויזן, אַז מחשבה איז נישט געווען דאָס פעלד, אין וועלכן די אידן, וואָס האָבן דאָרט געלעבט, האָבן זיך אויסגעצייכנט. מחשבה, טענהט מען, האָט זיך פונאַנדערגעבליט אין די מערב-אייראָפּעאישע אידישע ישובים. דאָרט האָבן אידן אַדורכגעמאַכט הויכע בילדונג. דאָרט פיגורירן אידישע פילאָסאָפן אַפילו ווי שעפער פון שטרעמונגען אין דער פילאָסאָפיע. דאַקעגן אין אידיש מזרח-אייראָפּע איז העכסטנס געווען עמאָציע, געפיל, ראָמאַנטישקייט; אָבער נישט אויסגעבויטע מחשבה.

אָבער אויך דאָס איז דאָך נישט ריכטיק. אין די פאַרשטויסענע אידישע שטעטלעך פון מזרח-אייראָפּע זענען געווען גרויסע בעלי-מחשבות. די מחשבה-שפּליטערס פון ר’ נחמן קאָסעווער, פון ר’ שניאור זלמן פון ליאַדי, ר’ בונים פון פּשיסכע, צי פון ר’ מענדעלע קאָצקער, פאַרמאָגן מער עמקות ווי די אָנגעפּראָפּטע ווערק פון אַ סך מערב-פילאָסאָפן. פון די פונאַנדערגעשאַטענע בלעטלעך כתב-ידן פון נחמן קראָכמאַל בליצט אַרויס מער היסטאָריאָסאָפישער אויפטו און דורכדרינגענדיקער אַריינבליק ווי פון די צירלעך-מאַנירלעך רעדאַקטירטע מאַנוסקריפּטן פון אַנערקענטע היסטאָריקער פון דער מערב-וועלט. אין אַ פרייטיקדיקן צייטונג-מאמר פון נחום סאָקאָלאָוו אָדער פון הלל צייטלין איז מעגלעך געווען צו געפינען מער אָריגינעלקייט, מער שאַרפזין, און אַוודאי מער שווערן באַגאַזש פון אידישער אָנגעלערנטקייט, ווי אין די פילבענדיקע שריפטן פון די מערב-געלערנטע. אין די דינע ספרימלעך, מיט דראָבנע רש”י-אותיות אָפּגעדרוקטע חיבורים, פון ר’ מרדכי יוסף פון איזשביצע און ר’ נחמן פון בראַצלאַוו טרעפט מען זיך אָן אויף שיטות, פון וועלכע מען קען כסדר לערנען און באַרייכערט ווערן, און וואָס ווערן גאָרנישט אָפּגעבלאָקירט און פאַרעלטערט מיטן לויף פון די יאָרהונדערטער.

ס’איז ממש שווער צו גלויבן, אַז אין די ערשטע יאָרצענדליקער פון אַכצנטן יאָרהונדערט האָט אַ איד אין פאַרוואָרפענע מקומות אין אוקראַינע, אַ תבואה-הענדלער אין פּאדאליע, אַרויסגעברענגט און פאַרטיידיקט די פּרינציפּן פון פרייהייט פון וואָרט, פון אַ פּלוראַליסטישער געזעלשאַפט, פון זעלבשטענדיקן דענקען; און דער דאָזיקער מוטיקער קעמפער פאַר אידייען איז צומאָל נישט געווען קיין “פאָרגעשריטענער”, קיין “אויפגעקלערטער”. ער איז געווען איינער פון תלמידים-קרייז אין דער חסידות-באַוועגונג, וואָס איז דאַן אַנטשטאַנען.

ס’איז טאַקע געווען אַ רעאַלער נחמן קאָסעווער, אָבער ס’איז געווען אויך אַ נחמן קאָסעווער, וועלכער פאַרבלייבט אַ סימבאָל, אַ באַשיינפּערלעכער סימבאָל פון יענעם טייל פון אונזער פאָלק, וואָס מיר רופן אָן: מזרח-אייראָפּעאיש אידנטום.

און דער צווייטער ר’ נחמן איז דאָך נישט ווייניקער רעאַל, ווי דער ערשטער.

---------

)* דר. קלעפּפיש ע”ה האָט געשריבן דעם עסיי מיט עטלעכע יאָרן צוריק.

 

 

  

אין די פאַרשטויסענע אידישע שטעטלעך פון מזרח-אייראָפּע זענען געווען גרויסע בעלי-מחשבות. די מחשבה-שפּליטערס פון ר’ נחמן קאָסעווער, פון ר’ שניאור זלמן פון ליאַדי, ר’ בונים פון פּשיסכע, צי פון ר’ מענדעלע קאָצקער, פאַרמאָגן מער עמקות ווי די אָנגעפּראָפּטע ווערק פון אַ סך מערב-פילאָסאָפן

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on May 10, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations