אָנזאָג
צו הירשע דודן מיט ליבשאַפט
דער טרויער איז דער ערשטער
סימן פון פאַרגעסן,
דורך אים עס ווערט פאַרמויערט
אונטער אומוויסנס פּרעסן
די סאַמע ליכטיקסטע געדענקשאַפט -
ניין, ניט מיט טרויער
דאַרף זיך פּאָרן בענקשאַפט!
דו, זיי אַ העלד,
וואָס שטענדיק איז ער גרייט
זיך ראַנגלען מיטן טרויער!
ווי פינצטער זאָל ניט זיין די ערד,
דיין וועלט -
זאָל אויך מיט הימלס הויער
זיך צעשטראַלן
ברייטהאַרציק און העל!
אַניט,
פאַרפאַלן
די העכסטע מעלות פון דיין פלי
אין טיפן, נידעריקסטן פאַלן...
דו, זיי אַ העלד -
אַ שמייכלדיקער גיבור
וואָס הייבט אויף זיינע פליגל
הויך און שטאַרק
און פליט בשלום איבער
דעם שוואַרצן תהום
פון טרויער.
בענקשאַפט
די בענקשאַפט איז אין תוך - אַ ברכה
וואָס שמעלצט דאָס האַרץ
מיט וואָרער ליכט
און אַלץ וואָס לויז איז
און צעקראָכן
געפינט דורך איר
דעם גלייכגעוויכט,
דעם קלאָרן אויפשטייג
צו הייכן בלויע,
דעם שטייפן שפּרונג
וואָס גרייכט צום ציל.
די בענקשאַפט איז אין תוך - דער דויער,
פון שטילקייט געטלעכער
אַ שפּיל.
מייסטערשאַפט
ווייסן ווייס איך אַז דער עסק
איז שוין אייגנטלעך פאַרביי,
נאָר דאָס מאַכן זיך ניטוויסנדיק,
מיט אַ שמייכל זיך באַגריסנדיק
איז אוודאי און אוודאי -
נאָך כדאיער פון כדאי
גרויער ווערט דער קלאַנג,
מעטאַלענער -
נאָך די לעבנס
די פאַרפאַלענע
און דער הימל ז’פול מיט בליי...
פאָרט וואָס טויג די וועלט
נאָך אַלעמען
אויב אין הייכן שוועבט די כלה ניט -
דער בת קול’ס אַ שמייכל שטראַלנדער
אויף דער פריי?
הייב איך אויף דעם קאָפּ
ניט איילנדיק
און באַגריס איר שמייכל
שטראַלנדיק:
ווייס איך וואָס?!
איצט ווייסן ווייס איך:
ס’דופקט, דאַנקען גאָט, דער עסק
און אַלץ מילדער ווי פון עסיק
זיך צעגייט
דעם הימל’ס בליי
*) די דריי נייע לידער זיינען אַריין אין באָריס קאַרלאָוו נייעם אָקערשט דערשינענעם בוך לידער - “עלאַברעק: לידער פון נייעם יאָרטויזנט”, פאַרלאַג “אייגנס”, ירושלים (אַרויס ט’ באב תשס”ו). |