about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
דער חסידישער קעניג ליר
- ערשטער טייל -
קטלא קניא
 

אָט די סאַטמאַרער בחורים וועלכע קומען פון די ליטווישע ישיבות האַקן אַ טשייניק וועגן מנחה פאַר שקיעה, מאַכן ַוועק רבינו תמס זמן, און דעם מגן אַברהמס סוף זמן קריאת שמע איז זיי שוין אויך נישט גוט. נאָר דער גר”א-זמן טויג זיי. אַ וועלט מיינען זיי אַז זיי האָבן אַנטדעקט.

ר’ אפרים איז געווען וואָס מען רופט אַ פאַרצייטישער איד. אַז מען האָט אויף אים געזאָגט אַז ער איז אַ מדקדק על קלה כבחמורה איז עס נישט געווען קיין שאַבלאָן. וואָס פאַר אַ מנהג טוב עס איז נאָר פאַראַן האָט ר’ אפרים עס אויף זיך מקבל געווען. יעדן טאָג איז ער אויפגעשטאַנען פאַרטאָגס און געגאַנגן אין שול זאָגן תהילים פאַרן דאַווענען. נאָכן דאַווענען האָט ער געזאָגט די אַלע פּרשיות און געלערנט חוק פונעם טאָג נאָך אין רבינו תםס תפילין. פאַרשטייט זיך אַז אין די תפילין האָט ער נישט גערעדט עפּעס אַנדערש ווי לשון קודש, און דאָס אויך געמאָסטן, וויפיל ער האָט שוין גערעדט אָן תפילין. ביי נאַכט האָט ער זיך קיינמאָל נישט געלייגט פאַר חצות, פאַר אָפּלערנען אַפּאָר משניות. פון צייט צו צייט האָט ער אויך געזאָגט תיקון רחל פון תיקון חצות. אַז ער האָט נישט געקענט שלאָפן זענען דאָך דאָ די פּרקי שירה, און נאָך משניות, און נאָך תהילים.

ער איז נישט געווען קיין ליטוואַק און אַוודאי נישט קיין בריסקער. ער האָט נישט געקענט מסביר זיין אַלע זיינע מנהגים. ער האָט נישט געוואוסט וואָס זייער מקור איז. אַז ער האָט איינגעהאַלטן אַ חומרא האָט ער נישט געוואוסט צי ער פאָלגט דעם רמב”ם צי דעם ראב”ד. יעדער אין דער פרי גייענדיק אין מקווה ווען דער וואַסער איז נאָך געווען לויטער ריין, האָט ער אַרויסגענומען דעם השקה-שטאָפּער ווען ער האָט זיך געטובלט. ער האָט זיך אָבער נישט געטובלט ש”י טבילות; קיין משוגענער איז ער נישט געווען.

שבת איז ר’ אפרים געגאַנגען אָנגעטאָן אין די ברילן אויפן גאַס. זיין טלית-קטן איז נישט געווען קיין שיעור חזון איש און שבת זכור איז ער נישט געלאָפן אין פופצן שולן יוצא זיין זכור דאורייתא. אַז מען האָט אים געפרעגט אויף זיינע מנהגים פאַרוואָס ער פירט זיך אַזוי, פלעגט ער שמייכלן ווי צו זאָגן, וואָס שאַדט דען אַ מנהג און וועמען שטערט עס דען? און טראָץ אַלע זיינע, וואָס ער האָט גערופן, “ענינים”, האָט ער געשפּעט פון די פרומאַקעס, ווי ער האָט זיי אַ נאָמען געגעבן. קיין סך האָט ער אָבער פון זיי נישט גערעדט, ווייל בכלל האָט קיין סך ר’ אפרים נישט געהאַט צו זאָגן.

פון די מאָדערנע פרומקייטן אימפּאָרטירט פון בני ברק דורך לייקוואוד און פלעטבוש האָט ר’ אפרים ניט געהאַלטן. ביז זיי זענען אָנגעקומען קיין וויליאַמסבורג וואו ר’ אפרים איז געווען אַן איינוואוינער האָבן זיי פאַרלוירן זייערע ישיבישן טעם, וויפל טעם דאָס איז שוין, און האָבן אויסגעזען ווי חוקת הגויים אין די וויליאַמסבורגער אויגן. קליינע אינדזעלעך פון אָנגעשטעלטע תורה אין אַ ים פון חסידות. די מאָדערנע חומרות ווי נישט אויפמאַכן אַ פריזשידער אום שבת זענען אין וויליאַמסבורג נישט נאָר ווי גופים אָן נשמות נאָר אַפילו דער גוף האָט נישט קיין הענט און פיס. אַריינגעבראַכט דורך די פּויערישע סאַטמערער בחורים וואָס גייען לערנען אין ליטווישע ישיבות - די איידעלע און ערלעכע בלייבן אין די היימישע ישיבות - און קומען אַהיים אָנגעבלאָזן. זיי האַקן אַ טשייניק וועגן מנחה פאַר שקיעה, מאַכן אַוועק רבינו תמס זמן, און דער מגן אַברהמס סוף זמן קריאת שמע איז זיי שוין אויך נישט גוט. נאָר דער גר”א-זמן טויג זיי. אַ וועלט מיינען זיי אַז זיי האָבן אַנטדעקט. ווייניק ווייסן זיי אָבער אַז אין איין ווינקעלע וויליאַמסבורג ליגט מער אידישקייט ווי אין פופצן רחוב חזון אישן און רבי עקיבאס צונויפגעשטעלט.

לא כן ר’ אפרים. זיינע חומרות זענען אַלע געווען פון דער היים, ווי די טאַטעס און זיידעס האָבן זיך געפירט דורי דורות. די עופות האָט די בני בית אַליין כשר געמאַכט און בלעטער סאַלאַט האָט ער נישט געגעסן חוץ פּסח ביי נאַכט אויף מרור. ווען די געקליבענע סאַלאַטן מיט אַ הכשר זענען אָנגעקומען, איז ר’ אפרים נישט נתפּעל געוואָרן. ער האָט זיך געהאַלטן ביי זיינעם. אין דער היים האָט מען עס נישט געגעסן און ער עסט ווייטער נישט. געקויפטע זאַכן האָט ער אוודאי נישט גענוצט אויף פסח, וועלכע הכשר עס זאָל נאָר נישט זיין. ביי אים האָט מען פסח ווייטער געקאָכט מיט האָניק שטאָטס צוקער, און מיט גריוון שטאָטס אויל.

שבועות איז ער אויפגעווען די צווייטע נאַכט אויך, התרת נדרים פלעגט ער מאַכן מיט אַ מנין, און אין זיין סוכה האָבן נישט געהאָנגן בילדער פון רביס און בלישטשנדיקע חאָגע לעמפּ, נאָר אַלע ז’´מינים אַריינגערעכנט סלויען מעל פאַר חיטה און האָניק פאַר דבש. אַז עס האָט סוכות גערעגענט איז ער אויפגעבליבן די גאַנצע נאַכט איידער שלאָפן חוץ לסוכה. ער האָט געזאָגט “עס איז ראשון לחשבון עוונות און עס איז דאָך דאָ אַסאַך צו חשבונען.” חנוכה פלעגט ער נישט אויסרעדן כל זמן דאָס לעצטער ליכטל האָט נאָך געצאַנקעט. פורים איז ער לייכט אָפּגעקומן מיט זיך צולייגן מקיים צו זיין עד דלא ידע. איין יאָר האָט ער געקלערט ער וועט אויסטרינקען אַ כוס און צום ערגסטן אַביסל היסן ווי פסח ביים כזית מרור. איבער אַ יאָר האָט ער זיך ווידער געלייגט.

כמעשהו בחול כך מעשהו בשבת. שבת ביי ר’ אפרים איז נישט באַשטאַנען צי מען מעג אויפמאַכן פלעשער צי אַ פּעקל צוקער. שבת ביי ר’ אפרים האָט זיך אָנגעהויבן ביים זאַלצן די פיש דאָנערשטיק אָווענט. ליל שישי האָט ער זיך נישט געלייגט איידער ער האָט נישט אָפּגעלערנט אור החיים הקדוש אויף דער גאַנצער סדרה. פרייטיק נאָכן דאַווענען האָט ער מעביר סדרה געווען אין זיינע רבינו תםס תפילין, אַהיים געגאַנגן עסן פת שחרית און אַוועק אין מקווה באַלד נאָך חצות שוין אָנגעטאָן אין זיינע פערטל שיך. ער איז אַהיים געקומן נאָכן מקווה אין זיינע עטוואָס פאַרקורצעטע שבתדיקע הויזן וואָס האָבן אַרויסגעוויזן זיינע ווייסע שטרימפּ. ער האָט זיך צוגעלייגט און באַלד צוריק אין שול אַריין זאָגן שיר השירים.

שיר השירים איז געווען אַ שטרעבונג. “שובי שובי השולמית שובי שובי ונחזה בך” פלעגט ער זיך אַיעדע וואָך צעוויינען אינעם זידעטשויוון נוסח וואָס די סאַטמערער האָבן מיט די יאָרן אַקצענטירט מיט זייערע וויליאַמסבורגער טענער. די מתיקות וואָס פלעגט אים קומען אין מויל נאָך אַזוי פיל זאָגן האָט ר’ אפרים געהאַלטן איז דער טעם פונעם מן. ער האָט עס קיינעם נישט דערציילט אָבער ער האָט געוואוסט און געשפּירט אַז נאָך שיר השירים מיט אַ שטיקל סידורו של שבת פון רבי חיים טשערנאָוויצער קען עס קיין אַנדער טעם נישט זיין.

מיט זיין סידור צו קבלת שבת האָט ער גענומן אַ באר מים חיים אַריינצוקוקן ביי לכה דודי. ושמרו און מגן אבות האָט אים געהויבן מיט אַ קאָפּ העכער, און ווען ער איז אַהיים געקומען און געגריסט גוט שבת דורכגייענדיק די טיר, האָט מען געדאַרפט זיין בלינד נישט צו זען די צוויי מלאכים וואָס האָבן אים באַגלייט. ער האָט זיך אַוועקגעשטעלט ביי זיין פּלאַץ ביים שפּיץ טיש און אַרויפגעלייגט זיין לעדערנער זמירות ´דברי יואל´ אויף אַ חלה דעקל אָנגעבלאָזן מיט י”ב חלות און מיט אַ פלאַם אָפּגעזונגען “שלום-עליכם” מיטן רבינס ניגון. זיין קידוש אויף שבת האָט טאַקע בלויז פייגא געהערט, אָבער סוכות פלעגן אידן צו אים צוקומן יום  טוב אינדערפרי און זאָגן “ר’ אפרים, וויפיל בלאָקס וואוין איך פון אייך? נו, און איך האָב געהערט אייער קידוש”. ר’´אפרים האָט בלויז געשמייכלט און געזאָגט “גוט יום טוב” אין זיין ברימעדיקן נוסח. נאָך מאַכן קידוש, זיך וואַשן און מאַכן המוציא איבער זיין רביצינס פריש געבאַקענע חלות, פלעג ער זיך צוריקזעצן און זאָגן קייעדיקערהייט, מיט אַ זעטיקייט, “אַה, לכבוד שבת קודש”, און געשלונגען דעם טעם גן עדן אין זיין אידענעס חלות.

אַזוי האָט ר’ אפרים אָפּגעלעבט זיינע יאָרן פון ווען ער איז אָנגעקומען פון אונגאַרן אין זעקס און פופציקסטן יאָר. אַ מלמד דרדקי ווען ער איז געווען אינגער און אויף דער עלטער איז ער געווען אַ שטיקל שמש, זיך געפּאָרעט מיט די ליכט און די האַנטעכער, אין זינען געהאַט מען זאָל טוישן די לעמפּ און אַז דער גוי זאָל קומן זויבער מאַכן. אַזוי האָט ער אָפּגעפירט אַ אידיש לעבן על אדמת בני נכר. נישט אומזיסט האָט דער סאַטמאַרער רב געזאָגט אַז ווען דער באַשעפער זאָל נאָר האָבן אַ מנין ר’ אפרימלעך וואָלט ער שוין לאַנג געבראַכט משיחן.

חוץ די איינוואוינער פון וויליאַמסבורג און דער סאַטמאַרער רב האָט אָבער נאָך איינער אויך געוואוסט פון ר’ אפרים צו זאָגן. דער בעל דבר האָט איבער אים געהאַלטן אַן אויג. אַזאַ פישל קומט נישט אונטער אַיעדן טאָג.  פיל קלוגער ווי אין איובס צייטן, וועט זיך שוין היינט דער בעל דבר נישט קריגן מיטן באַשעפער. ער הרגעט שוין אויך נישט ווייבער און קינדער. ער האָט בלויז געטאָן וואָס ער האָט געהאַט צו טאָן און צו דעם איז ר’ אפרים נישט מער אַ מחותן ווי אַ צווייטער.

ס’איז געווען אַ ווינטערנאַכט נאָך מנחה-מעריב. דער שטיבל איז געווען שטיל און ליידיק חוץ פון ר’ אפרים ביי זיין מקום קבוע וואו ער פלעגט זיצן אַליין. ער האָט געלערנט משניות פאַר די נשמות פון זיינע עלטערן און געשוויסטער וואָס זענען אומגעקומן אין קריג. ער האָט אויך געלערנט פאַר די נשמות פון זיין ערשטער פרוי און קינדער. אויף זיי האָט ער אָבער קיין מאָל נישט געזאָגט דעם א-ל מלא רחמים נאָכן לערנען; ער האָט זיי בלויז אין זינען געהאַט. דער מנהג איז דאָך אַז מען איז זוכה צו אַ זיווג שני גייט מען נישט אויפן קבר פון דער ערשטער פרוי. די ערשטע פרוי און די עופהלעך האָבן טאַקע נישט קיין קבר ווייל אויך זייערע גופים זענען אַרויף אין הימל דורכן אוישוויצער קוימען. ר’ אפרים האָט אָבער איינגעהאַלטן דעם מנהג דורך נישט דערמאָנען זייערע נעמען ביי יזכור און נאָך משניות לערנען.

אינעם שטיבל ביי אַ צווייטן טיש זענען געזעסן יונגע בחורים און געשמועסט. באמת זענען זיי געווען נישט מער ווי אינגלעך פון דרייצן-פערצן יאָר, אָבער אַז זיי זענען שוין געגאַנגען אין קאַפּעליטשן, ווייסע העמדער, וועסטלעך און רעקלעך איז ויקרא שמם “בחורים”. זיי האָבן אויך שוין געלערנט אין ישיבה קטנה. דערפאַר, אַז דאָס לערנען אין תם און מועד איז זיי שווער געוואָרן, און חצי נזק און נזק שלם איז זיי אַרויס פון נאָז, איז פאַר זיי לייכטער געווען זיך אַרויסצוכאַפּן פונעם ישיבה. זיי זענען זיך געזעסן אַרום אַ טיש און געשמועסט. ס’קען זיין אַז איינער האָט אַפילו געהאַט אַ ציגאַרעטל אונטערן טיש בצנעא. איין בחור האָט זיכער אָנגעצונדן שוועבלעך און אַריינגעצויגן דעם רויך און עס אַרויסגעבלאָזן דורכן נאָז. ר’ אפרים ביי זיין טיש וואָלט געווען דער לעצטער זיי עפּעס צו זאָגן אָדער זיי פאַרמסרן צום משגיח.

זייער שמועס האָט זיך פאַרצויגן צו אַ בחור פון זייער שיעור און מען האָט אים אַרויפגעבראַכט אויפן טיש. בתוך הדברים רופט זיך אָן איינער פון די בחורים מסיח לפי תומודיק, “ער איז סתם אַ משוגענער - ער גלייבט אפילו נישט אין קריעת ים סוף”. די אַנדערע האָבן זיך צעלאַכט, דער שמועס האָט זיך ווייטער ערגעץ פאַרצויגן און ווען זיי האָבן געהערט איינעם אַריינקומען אין דער פּאָליש זענען די בחורים זיך צעגאַנגען. ר’ אפרים איז דאַן געבליבן אַליין אינעם שטיבל. ר’ אפרים האָט אויך געהערט דעם שמועס, ער האָט נישט אונטערגעהערט, נאָר נישט מערקענדיק זענען די ווערטער אים אַריין אין אויער. מיט די ווערטער איז אַריין דעם בעל דבר אויך, און אָט האָט זיך אָנגעהויבן אַ קריעת ים סוף.

פאָרזעצונג פאָלגט.

*) די דערציילונג איז ערשינען אין יאַנואַר 2002 אין דעם ליטעראַרישן וועב זשורנאַל ´דער באַוועבטער ייד

.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on September 12, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations