about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
די פאָן p:/
שלום עליכם
 
“קינדער אין שמחת תורה” פון קינסטלער אַרטור קאָלניק. (קאָלניק איז געבאָרן געוואָרן אין 1890 אין סטאַניסלאַוואָוו, מזרח גאַליציע; געלעבט אין טשערנאָוויץ (בוקאָווינע), זיך באַזעצט אין פּאַריז אין 1931; דעפּאָרטירט אין קאָנצענטראַציע לאַגערן בעת דער מלחמה; געשטאָרבן אין 1972).

א.

קינדער! איך וועל אייך דערציילן אַ מעשה מיט אַ פאָן, ווי אַזוי איך, אַן אָרעמאַנס אַ אינגל, האָב באַקומען אויף שמחת תורה אַ פאָן, ווי שווער זי איז מיר אָנגעקומען און ווי גרינג איך האָב זי פאַרלוירן.

איך בין געווען נאָך גאָר אַ קליין אינגעלע, האָט מען מיך גערופן “טאָפּעלע טוטעריטו”, דאָס הייסט “קאָפּל קוקעריקו”. ווייסט איר פאַרוואָס? ווייל ערשטנס האָב איך געהאַט אַ דין קוויטשיק קולכל, ווי אַ יונג האָנעכל, וואָס האָט נאָרוואָס אָנגעהויבן צו קרייען. און צווייטנס האָב איך ניט געקענט אויסרעדן קיין “קוף” און קיין “גימל”, און ווי אויף צו להכעיס האָט מיין טאַטע געדאַרפט הייסן קלמן, מיין מאַמע גיטל קלמנס, איך — קאָפּל גיטל קלמנס.

— אינגל! ווי אַזוי רופט מען דיך?

— מיך? טאָפּל דיטל טלמנס...

— העכער אַ ביסל!

— טאָפּל דיטל טלמנס...

— נאָך העכער!

איך שריי הויך, אויף אַ קול:

— טאָפּל, דיטל טלמנס!

דער עולם לאַכט.

דער עולם לאַכט— און איך וויין.

איך וויין ניט פון דעם, וואָס מ'לאַכט פון מיר, נאָר דערפאַר וואָס מ'שלאָגט מיך; איטלעכער, ווער עס האָט ג-ט אין האַרצן, דערשלאָגט מיך: דער טאַטע, די מאַמע, די שוועסטער, דער רבי, די תלמידים; מ'לערנט מיך, איך זאָל רעדן “ווי אַ מענטש”...

 ב.

האָבן אויף שמחת תורה אַ פאָן, טאַקע וואָס אַ פאָן הייסט, אַ פאָן מיט אַ שטעקעלע, פון אויבן אַן עפּל, אינעם עפּל אַ ליכטל — דאָס האָט ביי מיר דעמאָלט אויסגעוויזן אַזאַ גליק, אַזאַ גליק וואָס איך האָב מורא געהאַט אַפילו צו טראַכטן פון דעם. קאַרג גוטע זאַכן איז פאַראַן אויף דער וועלט? למאי ס’זיינען פאַראַן אַזעלכע אינגלעך אין חדר, וואָס פאַרמאָגן געלט אויף צו קויפן אַ מעסערל, אַ בייטעלע, אַ שטעקעלע! למאי ס’זיינען פאַראַן אינגלעך אַזעלכע, וואָס עסן ווייסע בולקע אינדערוואָכן... אַזאַ מזל!

אוי, קינדערלעך, איך האָב קיין ווייסע בולקע אינדערוואָכן קיינמאָל ניט געגעסן! איך בין גערן געווען, אַז איך האָב געהאַט שוואַרץ ברויט צו זאַט. איך האָב ניט געוואוסט דעם טעם, וואָס הייסט אָפּעסן אַזוי, אַז איך זאָל טאַקע באַלד ניט קאָנען עסן נאָכאַמאָל.

היינט ווער שמועסט האָבן ביי זיך אין קעשענע אַ קאָפּיקע, אַן אייגענע קאָפּיקע, — דאָס האָט זיך מיר אַפילו ניט געחלומט.

און שטעלט זיך פאָר, אַז איך, קאָפּל קוקעריקו, ווער מיטאַמאָל אַ גביר און באַקום מיין אייגנס צוויי און צוואַנציק קאָפּיקעס.

אפשר מיינט איר אַ נס — אַ פּריץ האָט פאַרלוירן און איך האָב געפונען? האָט איר דווקא ניט געטראָפן. איך האָב זיי, שווער איך אייך, פאַרדינט, פאַרהאָרעוועט מיט מיינע אייגענע... פיס.

דאָס איז געווען פּורים, האָט מיך מיין טאַטע — דער אונטער=שמש פון שוהל — געשיקט איך זאָל צעטראָגן דעם שלח=מנות צווישן די באַלעבאַטים. האָב איך גענומען דאָס טעלערל מיטן פעלדל, אַרומגעטראָגן דאָס פון שטוב צו שטוב צווישן אַלע באַלעבאַטים, געקנאָטן מיט די באָרוועסע פיס די קאַלטע, גליטשיקע בלאָטע, און פון די גראָשנס, וואָס מען האָט מיר געשענקט פאַרן וועג, האָב איך געמאַכט אַ זילבערנעם פערציקער מיט פיר גראָשנס.

איז געבליבן ביי מיר, איך זאָל איבערלאָזן דאָס געלט אויף סוכות.

— זיך קויפן אַ פאָן.

ג.

— מזל=טוב! טאָפּעלע טוטעריטו האָט אַ פאָן! שלום עליכם, אַ גוטער איד!

אַזוי האָט מיך חברה באַגעגנט, אַז איך בין געקומען אויפן שול=הויף מיט מיין פאָן.

איך באַטראַכט אַלע פאָנען און וואַרף אַ קוק אויף מיין פאָן — ווער? וואָס? ווען? ווי קומען זייערע פאָנען צו מיין פאָן?

ערשטנס, די פאָן אַליין. ביי קיינעם שטייט זי ניט אַזוי גלייך אַריינגעזעצט אין שטעקל, אַז מ'זאָל אַרויסזען ביידע זייטן. ביי קיינעם איז ניטאָ אַזאַ גלייך, קיילעכדיק שטעקל. ביי קיינעם איז ניטאָ אַזאַ רויטער, גלאַטער עפּל. ביי קיינעם איז ניטאָ אַזאַ שיין געראָטן ליכטל. איך מאַך אַ פאַרגלייך צווישן מיין פאָן און די אַלע איבעריקע פאָנען — און מיין האַרץ ווערט פול מיט פרייד. עס מאָלט זיך מיר אויס, אַז איך וואַקס און וואַקס העכער און העכער, לענגער און ברייטער. די פיס טראָגן מיך. עס גלוסט זיך מיר לאַכן, שרייען, קוויטשען, כאַפּן אַ טענצל...

— אַנו, ווייז נאָר! — רופט זיך אָן צו מיר יואליק דעם נגידס און בלייבט שטיין פאַרגאַפט.

ער באַקוקט מיין פאָן, איך באַקוק זיין פאָן. “אויך מיר אַ פאָן!” — טראַכט איך מיר. — “אויך מיר אַ שטעקל!” איך זע, אַז ער איז אַן אויפגעקאָכטער, נאָר איך מאַך זיך ניט וויסנדיק און קוק כלומרשט אָן אַ זייט.

— קאָפּל! — מאַכט ער צו מיר — וואו האָסטו גענומען אַזאַ שיין שטעקעלע?

— האַ? — זאָג איך, און דריי זיך אויס צו אים מיטן פּנים.

— וואו האָסטו דערטאַפּט, — זאָגט ער נאָכאַמאָל, — אַזאַ שטעקעלע?

— וואָס איז דען? — זאָג איך אים, — ווילסט זיך אפשר בייטן אויף דיין טשוואָק?...

יואליק פאַרשטייט דעם שטאָך. ער טוט אַ גלאַנץ מיט די אייגלעך, לייגט אַריין די האַנט אין קעשענע און טרעט אָפּ. איך קוק אים נאָך און קוועל, עס קומט מיר צו אַ שטיק געזונט. איך זע ווי ער רופט אָפּ נחמיהן מיטן קרומען פיסל אויף אַ זייט און סודעט זיך מיט אים און ווינקט אויף מיר מיט די אויגן. איך זע גאַנץ גוט, נאָר איך מאַך מיך ניט וויסנדיק. אין אַ מינוט אַרום גייט צו צו מיר נחמיה מיטן קרומען פיסל, האַלט יואליקס פאָן מיטן קרומען שטעקל און רופט זיך אָן צו מיר:

— גיב מיר אָנצינדן דאָס ליכטל, מיינס האָט זיך פאַרלאָשן.

— ס’איז דען דיין פאָן? — און בייג אים אָן מיין פאָן מיטן ליכטל, — איך ווייס דאָך וועמעס פאָן דאָס איז...

און איידער איך קוק זיך אַרום, טראָגט צו נחמיה זיין אָנגעצונדן ליכטל צו מיין פאָן און מיין פאָן צינדט זיך אָן, טוט אַ פלאַקער, פ-פ-פו, — אויס פאָן.

ווען עס פאַלט אַראָפּ פון הימל אַ שטיין גלייך מיר אין קאָפּ אַריין; ווען אַ ווילדע חיה פאַלט אָן אויף מיר און וויל מיך פאַרצוקן, אָדער ווען עס קומט מיר אַנטקעגן אַ מת אום האַלבע נאַכט און וויל מיך וואַרגן — וואָלט מיין שרעק נישט באַדאַרפט זיין אַזוי גרויס, ווי בשעת איך האָב דערזען מיין נאַקעט שטעקל מיט דער אָפּגעברענטער פאָן. עס האָט זיך אַרויסגעריסן ביי מיר פונעם האַרצן אַ געשריי:

— אוי וויי, מיין פאָן! מיין פאָן! מיין פאָן!...

עס האָבן זיך אַ גאָס געטאָן טרערן פון מיינע אויגן. די גאַנצע וועלט איז פאַר מיר געוואָרן פינצטער. דאָס שטעקל מיטן עפּל מיטן ליכטל זיינען אַרויסגעפאַלן פון מיינע הענט, און איך האָב מיך געלאָזט גיין, איך ווייס אַליין ניט וואוהין. איך גיי און גיס און גיס מיט הייסע ביטערע טרערן. איך ברעך די הענט און באַוויין מיין פאָן, ווי מ'באַוויינט אַ טויטן, און איך קום צו גיין אַהיים איינער אַליין, אָן אַ פאָן, און איך פאַרקלייב מיך אין אַ ווינקעלע, און אין דער פינצטער זיץ איך, דעם קאָפּ צווישן די קני און וויין שטילערהייט, קיינער זאָל ניט הערן. און איך פרעג ביי ג-ט אַ קשיא:

— גוואַלד, גוואַלד, רבונו=של=עולם! פאַרוואָס קומט דאָס מיר? פאַר וואָס און פאַר ווען?!

אויפן אַנדערן יאָר האָב איך געהאַט אַ פאָן נאָך אַ שענערע, מיט אַ שענערן שטעקל, מיט אַ שענערן עפּל און בין דווקא געווען אין שוהל אויבנאָן מיט אַלע באַלעבאַטישע קינדער. די ליכט האָבן געברענט. מיין פאָן האָט געשיינט. אידן זיינען געגאַנגען מיט הקפות. ווייבלעך און מיידלעך האָבן געקושט די תורה, געשפּרונגען אין פּנים אַריין און געשריען מיט אַ קוויטש: “דערלעבט איבעראַיאָר! דערלעבט איבעראַיאָר!” — “גם אתם! גם אתם!”

קינדער, גם אתם.

~~~~~

*) "שלום עליכם" איז שלום ראַבינאָוויטש פון דער היים, געבאָרן אין פּעריאַסלעוו, אוקראַינע אין 1859; געשטאָרבן אין ניו יאָרק אין 1916.

Sholem Aleichem, Di fon

“The Flag”

Yiddish text prepared for the website of the Algemeiner Journal

in cooperation with the

Vilnius Yiddish Institute

version of 4 December 2006

~~~~~

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on October 19, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations