about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
נקמה p://ww
דער חסידישער קעניג ליר דריטער טייל
קטלא קניא
 

סך-הכל ביז איצט:

ר’ אפרים איז אַ פאַרצייטישער חסידישער איד, אַ מדקדק בקלה כבחמורה, וואָס וואוינט אין וויליאַמסבורג. דער סאַטמאַרער רבי האָט אויף אים געזאָגט אַז ווען דער באַשעפער זאָל האָבן אַ מנין ר’ אפרימלעך וואָלט משיח שוין געקומען. דער בעל-דבר וויל אים אויספּרואוון, שטעלט ער אָן אַז אויף איין ווינטער נאַכט זאָל ר’ אפרים אונטער הערן אין בית-מדרש ווי בחורים רופן אַ חבר וואָס גלייבט נישט אין קריעת ים-סוף, אַ משוגענער. ר’ אפרים פּלאָגט זיך צו פאַרשטיין פאַרוואָס זיי האַלטן דעם נישט-גלויביקן חבר דווקא פאַר משוגע און נישט סתם פאַר אַן אַפּיקורס. אין זיין טראַכטן הייבט ר’ אפרים אָן אַליין צו צווייפלן אין ענדלעכע ענינים צו קריעת ים-סוף, וואָס זענען ביי אים ביז יענער נאַכט געווען זיכער אָן אַ ספק. פון צווייפלן איבער די פונדאַמענטן פון אמונה איז ער אַריבער צו דאָס וואָס מיט אים איז געשען ביים קריג. ווי זיין ערשטע פרוי און זיינע צוויי טעכטער זענען אומגעקומען אין אוישוויץ. טראָץ די פילע יאָרן וואָס זענען אַריבער האָט ער פון זיי פרוי און קינדער קיינמאָל נישט גערעדט און אפילו פון זיי נישט געטראַכט ביים נאָמען. יעצט פון זיי קלערן האָט ער זיך אָנגעהויבן אויפצורעגן אויף דאָס וואָס מיט זיי האָט פּאַסירט און אַז יאָרן לאַנג האָט ער זיך געלאָזט פון זיי כמעט צו פאַרגעסן. ער האָט ג-ט באַשולדיקט אויף אַלעס  און ער האָט באַשלאָסן אין אים נקמה צו נעמען. אָבער ווי נעמט מען נקמה אין ג-ט?

~~ ~~ ~~ ~~

ווי לערנט מען כביכול דעם באַשעפער בלק? דאָס איז געווען דער איינציקסטער קשיא וואָס האָט דערקוטשעט ר’ אפרימן. אַז דער באַשעפער האָט פיינט עבירות איז אוודאי אַן עבירה דער בעסטער אידיי פאַר נקמה, האָט ער זיך אויסגעחשבונט. ר’ אפרים האָט געקלערט פון פאַרשידענע עבירות, אָבער וועלכע עבירה האָט אים שוין געקענט איינפאַלן? ער האָט געוואוסט אַז די דריי ערגסטע עבירות זענען עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכת דמים וואָס אויף זיי דאַרף אַ איד זיך לאָזן הרגענען ווי איידער זיי עובר צו זיין.  פון די גאָר גראָבע עבירות האָט אָבער ר’ אפרים קיין מאָל נישט געקלערט. קיין שמוציאַן איז ער דאָך נישט געווען. ער וואָלט זיך געשעמט זיך אַזוי צו נידעריקן. און ווען דער באַשעפער זאָל אים כאַפּן ביי אַזעלכע מעשים טובים וואָלט ער דאָך פון אים געלאַכט. נו, איז ווער וואָלט פון וועם געהאַט נקמה?

ווייטער עבודה זרה איז אַ שוואַך שטיקל קעגן דעם רבונו של עולם. וואָס, ער זאָל זיך בוקן צו אַ שטיינענעם ג-ט? “פּה להם ולא ידברו” איז אים אַרויף אויפן געדאַנק. ווי קען ער זיך נוקם זיין אַז ער וועט דינען דער געטשקע מיט אַ לייכטשעצונג? ער האָט געדאַרפט ברענען אין זיין נקמה. ווי די תורה אַליין זאָגט אויפן באַשעפער, “אַזוי ווי ה’ האָט זיך געפרייט אייך גוט צו טאָן אָט אַזוי וועט ער זיך פרייען אייך אומצוברענגן און פאַרטיליקן”. ווי ליבערס וואָס צוקריגן זיך און דער פלאַם פון ליבע בייט זיך איבער צו אַ פלאַם פון האַס. ליבשאַפט און פיינטשאַפט זענען נישט צוויי עקן שטריק וואָס זען זיך קיינמאָל נישט אָן. פאַרקערט, זיי וואוינען גאָר נאָענט איינער צום צווייטן, ווי צוויי טעג ביים דאַטום ליניע. טאַקע ווי צוויי עקן פון אַ שטריק אָבער וואָס טרעפן זיך ווען מען נעמט מיטן שטריק אַרום אַ ראָד.

רציחה, דאָס איז שוין אַנדערש. דאָס טוט מען מיט אַ כעס און אויף דעם קען מען ברענען. אָבער וועמען זאָל ער דערוויילן אויף זיין קרבן? און וואָס האָט דען יענער געזינדיקט? און ווי אַזוי פירט מען דאָס בכלל אויס? ער האָט געדענקט אַז נאָכן באַפרייאונג האָבן העפטלינגן צום טויט געשלאָגן אַ קאַפּאָוי, אָבער וואו און וועמען וועט ער הרגנען, און נאָך מיט זיינע גאָרע הענט? דער ווילנער גאון, זאָגט מען, האָט געהרגט אַן עמלקי, האָט ער זיך דערמאַנט, אָבער דאָרט איז עס דאָך געווען אַ מצוה.

חילול שבת איז אויך געווען אַ שוואַכע ברירה. שיר השירים האָט ער נאָך געזאָגט מדי שבת בשבתו, און כאָטש דער טעם איז טאַקע נישט געווען דאָס פון אַמאָל, וויאַזוי קען ער גיין פאַרשוועכן דעם שבת קודש? און וואָס וועט ער דען טאָן? אָנצינדן און פאַרלעשן אַ לאָמפּ? ס’קען דאָך עמעצער זען. רעדן אויפן טעלעפאָן? מיט וועמען האָט ער דען צו רעדן? זיי היטן דאָך אַלע שבת. זיך בייסן די נעגל אויף להכעיס? און פון דעם וועט זיך דען דער באַשעפער פאַרדאַרבן? ר’ אפרים האָט געדאַרפט עפּעס אַזוינס וואָס עס האָט דעם באַשעפער נאָך קיינער קיינמאָל נישט געטאָן.

עסן אויפן יום הקדוש איז אים אויך איינגעפאַלן אָבער דאָס איז אים נישט גענוג געווען. ער האָט געוואוסט אַז גענוג אידן עסן לא עלינו אויפן יום הקדוש און די וועלט פירט זיך ווייטער. אויסער דעם מיט וואָס פאַר אַן אַפּעטיט וועט ער דען עסן? אַ רבי האָט אַמאָל געזאָגט אַז ער פאַרשטייט נשט פאַרוואָס מען האָט געדאַרפט גוזר זיין אויף צוויי פון די תעניתים. אויף תשעה באב ווער קען דען עסן, און אויף יום-כיפּור ווער דאַרף דען עסן? און וואָס פאַר טעם וועט דאָס עסן האָבן? אַז עס וועט אים קומען דערנאָך אויסצוברעכן, וואָס פאַר אַ נקמה וועט עס שוין זיין?

ניין, ער האָט געזוכט אַזוינס וואָס דער באַשעפער האָט נאָך קיינמאָל נישט בייגעלעבט, אַזוינס וואָס אַפילו דער באַשעפער ווייסט נישט דעם טעם דערפון עפּעס וואָס וועט אים כביכול געבן אַ האַרץ-אַטאַקע.

טאָג און נאַכט איז ר’ אפרימן בלויז געלעגן אויפן געדאַנק דער קריג, דער לאַגער, זיינע עלטערן און זיינע געשוויסטער, און מלכה מרים, לאהלע און חנהלע. ער איז געווען בייז אַז עס האָט אַזוינס געקענט פּאַסירן. ער האָט זיך געשעמט אַז ער האָט עס בייגעלעבט און זיך ווידער אַוועקגעשטעלט אויף די פיס, בשעת ווען פון זיי איז געוואָרן אַש און פּאָרך. זיין ווילן איז געווען נקמה און אויך כעס. כעס, ווי הילפלאָז ער איז קעגן דעם הכל-יכול. אַז ער האָט זיי אַזוי לייכט אומגעברענגט, קען ער זיך נישט אַן עצה געבן קעגן אַ קליין פישל ווי איך? האָט ער זיך פאַרייאושדיק געזאָגט. ער האָט זיך אַרומגעדרייט אומעטיק און אויפגעברויזט און דאָס האָט ער נישט געקענט באַהאַלטן.

פייגא איז מיד געוואָרן פון אים כסדר פרעגן וואָס מיט אים איז. אין אָנהייב האָט זי אים געמוטשעט ער זאָל גיין צום דאָקטאָר, ‘קום, איך וועל מיט דיר מיטגיין, עס מוז דאָך עפּעס זיין’, ר’ אפרים האָט נישט מער ווי געקרעכצט און געברומט און פון גאָרנישט געוואָלט וויסן. ווי ווייניק ער האָט אַמאָל גערעדט האָט ער יעצט גערעדט נאָך ווייניקער.

ר’ אפרים איז שוין נישט שטענדיק געווען דער ערשטער יעדן אינדערפרי אין בית-מדרש. מען האָט זיך אויף אים אָפּגערעדט אַז די האַנטעכער ווערן אַסאַך מאָל נישט געטוישט, און זונטיק אינדערפרי ליגן אַסאַך מאָל נאָך די שבתדיקע טישטעכער אויף די טישן. דער גבאי האָט זיך צו אים איינמאָל אָפּגערעדט אַז ער האָט נישט פאַרלאָשן די ליכט ביינאַכט. ר’ אפרים האָט נישט געוואוסט וואָס איז ערגער: אַז ער האָט פאַרגעסן זיי צו פאַרלעשן צי אַז ער איז נישט אַוועק פון שוהל דער לעצטער.

די סעזאָנען האָבן זיך געטוישט. דער קאַלטער ווינטער האָט נאָכגעלאָזט צום שמייכלדיקן פרילינג. וואו פריער איז געלעגן באַטעפּעכט אַ ווייסער שניי האָבן זיך יעצט באַוויזן פרישע בליענדיקע פאַרבן. אויך די אידישע סעזאָנען בייטן זיך. פונעם ליכטיקן חנוכה ווערט אַ גרויער עשרה בטבת, דאָס בייט זיך אויפן פילפאַרביקן חמשה עשר בשבט, און דערנאָך דער פּורים קאַרנאַוואַל. יעדער יום-טוב מיט איר רעקלאַמן: פרוכט סוחרים פאַר חמשה-עשר; נאַשעריי פּעקלעך, וויין סוחרים און פאַרשטעלונגס געשעפטן פאַר פּורים; און וואָס און ווער נישט אויף פּסח. אין דער מיט, ווי סעזאָנען בתוך סעזאָנען, זענען די חתונה סעזאָנענדלעך. פענצטערס וואָס מאַכן זיך אויף ווען די טירן פון שה”י פה”י מאַכן זיך צו. און אויך זיי ברענגן מיט זייערע קאַרטלעך און געשעפטלעך.

ר’ אפרים איז געבליבן דורך דאָס אַלעס אומבאַרירט. אַמאָל פלעגט ער אויפצולעבן פאַר אַ יום-טוב. ער האָט זיך צוגעגרייט מיט אַ פריש ספרל, קריכן אויף דער בענקל אַראָפּצונעמן דער מגילה, בעטן פייגא זאָל בעטן די גויטע זאָל ‘פּאָלישן’ דער מנורה צי דער מגילה האַלטער, געפונען זיינע זילבערנע ‘פראַנקלין’ האַלבע דאָלאַרן פאַר מחצית השקל, באַקן מצות און קלייבן סאַלאַטן פאַר פּסח און אַלע פאַרשידענע הכנות וואָס יעדער יוםטוב פאַרלאַנגט. היי יאָר איז ר’ אפרים דורך דאָס אַלעס כאילו עס קומען בלויז וואָכן טעג און דער וועלט בלייבט ווייטער פאַרפרוירן ווי פריער. רוב זאַכן האָט ער געטאָן ווי די פריערדיקע יאָרן, אָבער כגוף בלי נשמה.

עס האָט אים פאַראומעטיקט אַז דאָס וואָס האָט אים אַמאָל אויפגעלעבט מאַכט שוין אויף אים מער נישט קיין התפעלות. חמשה עשר בשבט האָט ער מער נישט געציילט די פּירות, פּורים האָט ער זיך נישט געלאָזט פון די בחורים אים אַריינצושלעפּן אין זייערע טענצל, און אויף פּסח האָט ער קוים בדיעבד געמאַכט די ספרים. כשרן דער קאָך איז אים געווען אַ גאַנצער אָפּקומעניש.

אין יעדער עבודה און אין יעדער מצוה צי מנהג טוב האָט ער געזוכט איין זאַך: נקמה. ווי אַזוי קען מען אים מיט דעם דערלאַנגן? וואָס קען איך דאָ עובר זיין אָדער נישט מקיים זיין וואָס איז ריין בין אדם למקום און קיין צווייטער וועט דערפון נישט זיין געשעדיקט? וואָס וועט דער באַשעפער זאָגן אַז איך געב אים דאָס נישט? מוז עס זיין בצנעא אַז נאָר דער באַשעפער זאָל דערפון וויסן אָדער מוז עס זיין בפני קהל ועדה? מוז עס זיין אַ קום ועשה ווייל גאָרנישט טאָן גיט נישט אַ געפיל פון נקמה?

נישט עסן מצה פּסח ביי נאַכט? האָט ער געקלערט אָבער זיך באַלד אָפּגעווענדט. אַ יעדער ביים סדר וועט דאָך באַמערקן. און וואָס פאַר אַ נקמה וועט עס דען זיין, זיצן און נישט עסן? ער וועט אויסגעגיין פון קנאה צוקוקנדיק און הערנדיק דער כראָמטשע ווי די אַרומיקע בייסן אַריין אין פרישגעבאַקענע ערב פּסח האַנט מצות. מוצאי פּסח האָט ער געקלערט פון מאַכן הבדלה אויף וויין און נישט ווי דער מנהג איז צו גיין קויפן ביר ספּעציעל אויף הבדלה. אויך מיר אַ נקמה, האָט ער זיך אָפּגעשפּעט, באַלד וועט מיר איינפאַלן אויסלאָזן אַ נאַכט ספירה. אפשר ציילן דער נישט גוטער נומער? האָט ער פון זיך ווייטער חוזק געמאַכט. ער איז געוואָרן נאָך מער פאַרחושכט אַז נישט נאָר פון דעם באַשעפער ווערט ער פאַרקראָכן נאָר דער אייגענער שכל הייבט ער שוין אויך אָן צו פאַרלירן.

פון פרילינג איז געוואָרן זומער. שבועות איז אַריבער, כאָטש ר’ אפרים האָט איינגעדרעמלט דער צווייטער נאַכט. וויפיל עגמת נפש ער האָט דערפון געהאַט, איז אים נישט איינגעפאַלן אַז אַ שלאָף קען זיין אַ נקמה. ער האָט מיט קיינעם נישט געזוכט צו רעדן. עס איז געווען אַ געשעפט צווישן אים און דעם באַשעפער. פייגא האָט געוואָלט מיט אים פאָרן קיין שווייץ. ‘מען זאָגט אַז דאָרט איז דאָ גאָר פיינע לופט און מען קען זיך דאָרט גוט אָפּרוען’, האָט אים פייגא שטאַרק געבעטן. ‘קום, מאַך דיך נישט נאַריש, וועסט נישט חרטה האָבן. וועסט זען, מען וועט צוריקקומען, וועסט דו זיין אַ גאַנץ אַנדער מענטש’.

ער האָט איר אפילו נישט געענטפערט.

ער האָט געקלערט פאָרן צום רבינס ציון מתפּלל צו זיין. ער האָט געדענקט דער סעודת שלמה המלך וואָס מען האָט צוגעשטעלט צום רבינס סעודת הודאה אויפן טאָג וואָס דער רבי איז ניצול געוואָרן פונעם גיהנום. דער רבי איז ביי ר’ אפרימן געבליבן הייליק, ער האָט זיך אָבער געזאָרגט אז דער רבי וועט אים נישט פאַרשטיין. דער רבי האָט נישט צוריקגעקוקט, און ווען יאָ איז עס געווען בלויז אויף צו זינגן ‘חסדי ה’’, איז וואָס וועט ער פאַרשטיין צו מיינע איבערלעבענישן?

די דריי וואָכן זענען געקומען. מוזיק האָט ר’ אפרים סייווי נישט אויסגעהערט. ווען עס זאָל אים האָבן איינגעפאַלן אַז טאַנצן אויף אַ חתונה אין די טעג קען זיך רעכענען פאַר נקמה, מאַכט דאָך אָבער קיינער דעמאָלסט נישט חתונה, איז וואו זאָל ער גיין טאַנצן?

אפילו תשעה באב האָט ער נישט געקענט געהעריק קלאָגן. ער האָט נישט געקלאָגט אויפן חורבן. נישט ווייל עס האָט אים נישט אינטערסירט נאָר ווייל זיין קאָפּ איז אים געלעגן ערגעץ אַנדערש. ער האָט אפילו נישט געקלאָגט אויף זיין אייגענעם חורבן; ער איז געווען צו פאַרנומען פאַר דעם. פאַרנומן מיט חשבונות, און טענות, און כעס, און נקמה. זיי האָבן אים אויסגענוגט אַלע כוחות און צו קלאָגן איז ער נאָכנישט אָנגעקומען.

תשעה באב אינדערפרי האָט ר’ אפרים אָנגעכאַפּט זיין קינות און זיין טלית בייטל און איז אַוועק אין שוהל דאַווענען שחרית. ער איז אָנגעקומן צווישן די ערשטע און האָט זיך באַלד איינגעוויקלט אין זיין טלית. ר’ אפרים איז געשטאַנען מיט אַן אויפגעדעקטן אָרעם מיט זיין תפילין של יד אויפן פּלאַץ און זיין פינגער אויפן קשר גרייט צו מאַכן אַ ברכה, ווען אַ יונגערמאַן איז אַריינגעקומן אין שוהל. ער האָט געגעבן אַ רוף, ‘ר’ אפרים, ס’איז תשעה באב! מען לייגט יעצט נישט תפילין, מען לייגט ביי מנחה!’.

ר’ אפרים האָט זיך דערשראָקן און זיך שרעקליך געשעמט. ער האָט שנעל אַריינגעוואָרפן די תפילין צוריק אין בייטל אַריין אָן צאַמצודרייען די רצועות, און צאַמגעקנייטשט זיין טלית און עס אויך דאָרט אַריינגעשטאָפּט. ער האָט צוגעצויגן דער זיפּער אָן צו באַמערקן אַז ציצית כאַפּן זיך דערין אַריין און דאָס בייטל שנעל באַהאַלטן אין דער שענקל אונטער זיין זיץ. ‘אוודאי’, האָט ער געזאָגט פאַרן יונגערמאַן, ‘ווי האָב איך געקענט פאַרגעסן?’ פאַר זיך אַליין האָט ער געהאַלטן אין איין צולייגן, ‘איך ווייס שוין נישט וואָס מיט מיר טוט זיך’.

ער איז געווען זיכער אַז יעדער שמועסט פון אים אין בית מדרש. מער מענטשן ווי נאָרמאַל האָבן אים געפרעגט וואָס ער מאַכט און צי ער פאַסט גוט. ער האָט געשפּירט ווי אויגן לעכערן אים. דער קינות זאָגער איז געווען טיף צווישן די געדיכטע קינות און ר’ אפרים האָט געקלערט צי עס קען נישט ליגן אין דעם תפילין לייגן אינצידענט אַ נקמה. צי דער אויבערשטער האָט נישט גאָר אין אים נקמה גענומען ווען ער האָט אים אונטערגעשיקט אַזאַ עבירהלע, מעין די עבירהלעך וואָס עס זוכט זיך שוין זייט יענער פינצטערער נאַכט. איך זוך שוין באַלד אַ האַלבער יאָר אַ נקמה און גאָרנישט פאַלט מיר איין, האָט ער אַריינגעזאָגט אין זיין קינות, און דאָ מיט איין שאָס האָט ער מיר דערלאַנגט אַזוינס. די מעשה האָט אים דערמאַנט פון דער הלכה אַז מען זאָגט נישט תחנון אויף תשעה באב ווייל דער פסוק אין איכה זאָגט ‘קרא עלי מועד’. אַ יענץ יום טוב, האָט ר’ אפרים צו זיך ביטער געשמייכלט.

ר’ אפרים האָט נישט נאָכגעגעבן. ער האָט זיך שוין געדאַרפט נוקם זיין אויף זיין אייגענעם חורבן. שוין אַ האַלבער יאָר דרייט ער זיך אַרום אַ מרה שחורה און דאָס לעבן גייט אים לטמיון. אַז פאַר נקמה איבער זיין ערשטער פרוי האָט ער פאַרלוירן זיין צווייטער פרוי. אַז ער האָט צו-נישט געלייגט נישט נאָר זיין נשמה נאָר מיטגעשלעפּט זיין גוף אויך. און ועל כולם איז ער יעצט געוואָרן ללעג ולקלס ביים גאַנצן בית המדרש.

מדה כנגד מדה האָט ער אָנגעהויבן צו ברענען. ער איז געווען זיכער אַז מען וויל אים עפּעס ווייזן פון אויבן. דאָס איז אַ סייעתא דשמיא און דאָס איז אַזוי באַשערט, האָט ער געטראַכט. מכל מלמדי השכלתי, איז אים אַרויף אויפן געדאַנק, און פון דאָרט אַריבער צום פסוק, מאויבי תחכמני. איך וועל אים שוין לערנען וואָס מען קען אויפטאָן מיט אַ תפילין לייגן.

אַלעס איז דאָך באַשערט, וועט שוין דאָס אויך אַזוי זיין. און נאָך ווי באַשערט. באַלד קומט דער יום-הקדוש, דעם הייליקסטן טאָג אין דער יאָר ווען אידן שטיין איינגעהילט ווי מלאכים און עסן נישט ווי מלאכים און דאַווענען אַ גאַנצן טאָג. נו, דעמאָלסט לייגט מען דאָך אויך נישט תפילין. דעמאָלסט מאַכט קיינער נישט אַזאַ טעות ווי איך האָב היינט געמאַכט. אַנו, דעמאָלסט, יאָ, דווקא דעמאָלסט, וועל איך לייגן תפילין. דאָס וועט אים לערנען. אַזאַ פראַסק האָט ער נאָך קיינמאָל נישט געכאַפּט.

תשעה באב האָט נישט דער קדושה פון יום-כיפור, עס איז אַ וואָכן טאָג און סיי ווי לייגט מען תפילין ביי מנחה. נו, דעמאָלסט זאָל ער פון מיר נעמען נקמה. איך קען אָבער בעסער: יוםכיפּור צו לייגן תפילין, בעיצומו של יום, בשם ומלכות, אויף דעם איז זיכער ער, אפרים גינזבערג, זיכער דער ערשטער זייט קבלת התורה אַזוינס צו טאָן. זייט בריאת העולם אפילו, האָט ער זיך פאַרראָכטן. וועט ער שוין וויסן אַז עס געפונט זיך אַן אפרים אויף דער וועלט, אַז מיט דעם אפרים שפּילט מען זיך נישט און אפרים איז גאָרנישט דער נאַר וואָס ער האָט געמיינט.

וואָס מער ער האָט דערין אַריינגעקלערט האָט ער איינגעזען וואָס פאַר אַ וואונדערלעכע אידיי דאָס איז. ער האָט עס געדרייט אַהין און צוריק ווי מען דרייט און באַקוקט אַן אתרוג. פון וועלכן הינזיכט ער האָט עס נאָר בודק געווען האָט עס געגלאַנצט. עס איז אַזאַ חידוש און אַזאַ סתירה אַז דער באַשעפער קען עס נישט איגנאָרירן אפילו ווען ער זאָל פּרואוון. דער הייליקסטער טאָג וועט ער פאַרשוועכן און דווקא מיט איינס פון די אָנגעזענסטע מצוות. צוויי הייליקע זאַכן וואָס נאָרמאַל דערווייטערן זיי זיך איינס פונעם אַנדערן ווי די פאַרקערטע זייטן פון מאַגנעטן וועט ער אַריינצווינגן איינץ אינעם צווייטן. דאָס וועט אים לערנען דרך-ארץ און אַז אפרים איז אויך אַ מענטש. בעל-כרחו יענה אמן.

אויף ווען און ווי אַזוי האָט ר’ אפרים געהאַט גענוג צייט צו פּלאַנירן, דערווייל איז אָבער ביי אים געוואָרן אַ שמחה. די קינות האָבן מיטאַמאָל אָנגעהויבן אויסצוזען ווי זמירות. נאָך אַ האַלבער יאָר פון זיך פאַרפּלאָנטערן וואו, ווי אַזוי און מיט וואָס נקמה צו נעמן איבער זיין אומגליק, איז די ישועה ענדלעך דאָ. ער האָט זיך געוואונדערט פאַרוואָס עס איז אים פריער נישט איינגעפאַלן. אַזוי איינפאַך און אַזוי עלעגאַנט און ווי ער דרייט עס נאָר קלאַפּט עס פון אַלע זייטן.

מיט פרישע כוחות האָט זיך ר’ אפרים אויפגעהויבן פון דער ערד און זיך אויסגעצויגן זיינע גלידער צו זאָגן אלי ציון ועריה. דער קלאָג נוסח איז אים געוואָרן אַ טאַנץ ניגון. די פיס האָבן זיך ביי אים ווי געהויבן ווען ער האָט אָנגעהויבן צו פאָרמירן זיינע פּלענער, און כסדר פאַרראָכטן אַ פּרט דאָ און דאָרט. זאָל דאָס זיין מיין קריעת ים סוף. יאָ, יאָ, ער וועט שוין זען אַז איך קען אויך.

פאָרזעצונג פאָלגט.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on November 2, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations