about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
דער חסידישער קעניג ליר -- 4
ה’ הוא האלקים
קטלא קניא
 

 - אַ דערציילונג -

 פערטער און לעצטער טייל

 “ה’ הוא האלקים” - ער האָט געוויינט אויף זיין לעבן. אויף מלכה מרים, אויף לאהלע און אויף חנחלע, זיינע צוויי עופהלעך אומגעקומען אין אוישוויץ. “ה’ הוא האלקים” - די הייליקע מאַמע ווי זי האָט זיך געשלעפּט פון דער באַן האַלטנדיק אַ צווייטנס קינד אויפן אָרעם. “ה’ הוא האלקים” - ער האָט זיך געוואָרפן אויף זיין פאַרקראָכנקייט. ער האָט צוריק געוואָלט זיין קרעכץ פון “שובי שובי השולמית”, ער האָט ווידער געוואָלט זען אין פייגאן וואָס ער האָט אַמאָל געזען...

 

סך הכל ביז איצט

ר’ אפרים איז אַ פאַרצייטישער חסידישער איד, אַ מדקדק בקלה כבחמורה. דער סאַטמאַרער רבי האָט אויף אים געזאָגט אַז ווען דער באַשעפער זאָל האָבן אַ מנין ר’ אפרימלעך וואָלט משיח שוין געקומען. דער בעל-דבר וויל אים אויספּרואוון, שטעלט ער אָן אַז אויף איין ווינטער נאַכט זאָל ר’ אפרים אונטער הערן אין ביתמדרש ווי בחורים רופן אַ חבר וואָס גלייבט נישט אין קריעת יםסוף, אַ משוגענער. ר’ אפרים פּלאָגט זיך צו פאַרשטיין פאַרוואָס זיי האַלטן דעם נישטגלויביקן חבר דווקא פאַר משוגע און נישט סתם פאַר אַן אַפּיקורס. אין זיין טראַכטן הייבט ר’ אפרים אָן אַליין צו צווייפלן אין ענדלעכע ענינים צו קריעת ים-סוף, וואָס זענען ביי אים ביז יענער נאַכט געווען זיכער אָן אַ ספק. פון צווייפלן איבער די פונדאַמענטן פון אמונה איז ער אַריבער צו דאָס וואָס מיט אים איז געשען ביים קריג. ווי זיין ערשטע פרוי און זיינע צוויי טעכטער זענען אומגעקומען אין אוישוויץ. טראָץ די פילע יאָרן וואָס זענען אַריבער האָט ער פון זיין פרוי און קינדער קיינמאָל נישט גערעדט און אפילו פון זיי נישט געטראַכט ביים נאָמען. יעצט פון קלערן וועגן זיי האָט ער זיך געבייזערט אויף דאָס וואָס מיט זיי האָט פּאַסירט און אַז יאָרן לאַנג האָט ער פון זיי כמעט פאַרגעסן. ער האָט ג-ט באַשולדיקט אויף אַלעס  און ער האָט באַשלאָסן אין אים נקמה צו נעמען. אָבער ווי נעמט מען נקמה אין באַשעפער? דער רעשט פון דער ווינטער און אַ גרויסע חלק פון דער זומער האָט ער זיך געפּלאָגט צו געפינען אַ פּלאַן ווי אַזוי ער קען נעמן נקמה פון ג-ט. אויף תשעה באב האָט זיך געמאַכט אַז ר’ אפרים האָט בטעות געלייגט טלית און תפילין ביי שחרית און ער האָט זיך שטאַרק געשעמט מיט זיין טעות.  דערנאָך האָט ער אָבער פאַרשטאַנען אַז דאָס איז געווען אַ רמז מן השמים און זיין נקמה באַשטייט אין דעם. ר’ אפרים האָט באַשלאָסן צו לייגן תפילין אין יוםכיפּור. אַזאַ זאַך האָט פאַרן באַשעפער קיינער נאָך קיינמאָל נישט געטאָן...

 

~~~~~~~~~~

ר’ אפרים, ר’ אפרים ביי ‘ננתקה’ האַלסטו טאַקע נישט, אמת, דו ביסט ווייט דערפון, אָבער געדענק זשע דעם אַנדערן פּסוק, טאַקע אינעם זעלבן קאַפּיטל. “יושב בשמים ישחק” שטייט דאָך אויך דאָרט. מלכה מרים האָט ער געקענט אַוועקלייגן טראָץ דעם “ומי כעמך ישראל” אין זיינע תפילין, און פון דיין “קדש לי” וואָס דו וועסט זאָגן בחדרי חדרים נאָכן זיך אַרויסגנבענען פון שוהל אום דעם יום הקדוש - פון דעם וועט ג-ט ברוך הוא נתפּעל ווערן? און דו בעל דבר וואָס זיצט דו דאָרט און שפּעטסט? בשלמא אַז דו ווילסט נישט אידן זאָלן בלייבן מאמינים איז צו פאַרשטיין, אויף דעם צאָלט מען דיר דאָך אַ געהאַלט, אָבער וואָס מאַכסטו פון מענטשן לצנות? לאָז שוין אָפּ ר’ אפרימען און גיי זוך דיר עפּעס בעסערס.

דער באַשעפער איז אָבער רצון יראיו יעשה און אַז ר’ אפרים האָט דאָס געוואָלט איז אים קיינער נישט געשטאַנען אין וועג. דער רעשט פון דער זומער איז ר’ אפרים עפּעס אַנדערש נישט געלעגן אויפן געדאַנק. ער האָט ווידער אויפגעלעבט, און פייגא האָט געשפּירט אַז זי האָט אים צוריקבאַקומען. דער עולם איז געווען אין דער קאָנטרי ממילא האָט געדויערט אַז מען זאָל עס באַמערקן אין שוהל. שבת סליחות האָט אָבער שוין יעדער געזען אַז פּנים חדשות באו לכאן. ער האָט מיט אַ חשק איבערגעביטן דער צודעק פון דער בימה דער נאַכט פאַר ‘זכור ברית’, און קוים געלאָזט מען זאָל אים צוהעלפן אויפהענגן דער ווייסער ימים נוראימדיקער פּרוכת. ער האָט געשפּירט אַז ער האָט זיך מיט ג-ט פאַרגליכנט. ‘דו ווייסט גאָרנישט וואָס עס וואַרט דיר אָפּ’, פלעגט ער זאָגן מיט די אויגן אַרופגעדרייט נאָך איבערגיין זיינע פּלענער פון דעם קומענדיקן יום כיפּור.

אַלע אומשטענדן האָט ער איבערגעקייט. אַז ער וועט אָנהייבן איבערצולאָזן זיין טלית און תפילין אין דער ליידיקער צימער ביי זיך אינדערהיים אַנשטאָט אין דער געווענטלעכער פּלאַץ אין דער שאַפע ביי דער זייט פון דער זילבער שאַנק. ער האָט געחשבונט ווען איז דער בעסטער צייט אַוועקצוגיין פון שוה אום יום כיפּור. ביי וועלכער שטיקל קען מען זיך אַרויסכאַפּן אויף אַ שעה און אין יענער צייט זאָל מען אים אפשר נישט מכבד זיין מיט אַ פּתיחת הארון צי אַן אַנדער כיבוד? וואָס זאָל ער זאָגן אַז מען פרעגט אים וואו ער גייט? און אַז פייגא וועט דעמאָלט זיין אינדערהיים?

די זענען געווען שאלות נישט פון ספיקות, נאָר, פאַרקערט, הכנות. יעדער שאלה האָט באַלד געהאַט איר תשובה, און אַז ער האָט עס אָפּגעווענדט איז עס געווען בלויז צו געפינען עפּעס נאָך בעסער. זאָל ער זאָגן די ד’ פּרשיות אין די תפילין? ניין, וואָס רעדסט דו? יזכור, יזכור אלקים את נשמת... מיט אַ קל מלא רחמים פאַר נאָכשפּייז. אָדער אפשר יזכור אין רבינו תמס? אַזעלכע שאלות האָבן אים נישט געלאָזט שלאָפן. פון געשפּאַנטקייט, נישט אומעטיקייט. פון פּנים שוחקות, נישט מרה שחורה.

ווי ס’האָט זיך דערנענטערט יום כיפּור האָט ר’ אפרים אַלץ מער געטראַכט פון זיין אידיי. ראש השנה האָט ער געברענט מיט דעם און במשך די עשרת ימי תשובה האָט ער געפּלאָטעוועט איבער דעם. ביז ער איז אָנגעקומן צו כפּרות ערב יום הקדוש באשמורת הבוקר איז אים עפּעס אַנדערש נישט געלעגן אויפן קאָפּ ווי די תפילין. ווען ער האָט ביי סליחות געזאָגט ‘מחר יהיה האות הזה’ האָט ער נישט געקענט מכוון זיין נאָר איין איינציקן פּירוש.

אָפּגעדאַווענט ערב יום כיפּור אינדערפרי האָט ר’ אפרים ווי געווענטלעך אַ קוש געטאָן די תפילין פאַרן אַוועקלייגן אָבער דאָס מאָל האָט ער זיי ווי אַ וואונק געטון, כלומר, “מיר וועלן זיך מערצעשעם מאָרגן זען”. זייענדיק אַ שטיקל שמש, האָט ער אויסגעטיילט לעקעך און לחיים פאַרן עולם ווי דער מנהג איז ערב יום כיפּור. ער האָט געהאַלטן אין איין פרעגן, ‘איר האָט שוין געהאַט?’, ‘קומט, לאָמיך אַייך אָנפילן דער כוס’. אַז ר’ אפרים האָט געזען אַז מען נעמט זיך אַליין האָט ער שפּעטנדיק זיך געבייזערט, ‘מען נעמט זיך נישט אַליין. אדרבה, בעט, וועסט דו נישט דאַרפן בעטלן אַ גאַנץ יאָר’. ער האָט פאַר יעדן אָנגעוואונטשן אַ גמר חתימה טובה. דער עולם האָט אים נאָכמער געוואונטשן. ‘ר’ אפרים, אַ גמר חתימה טובה און זאָל שוין זיין תכלה שנה וקללותיה,’ האָבן זיי געזאָגט אים קוקנדיק אין די אויגן און דערביי געגעבן זיין האַנט אַ מילדער קוועטש מיט אַ דאָפּלטן שאָקל.

ר’ אפרים האָט אויסגעלייגט די צדקה טעלערלעך אויף מנחה און אָנגעכאַפּט די טלית און תפילין ווי מען כאַפּט אָן אַ קינד ביים האַנט און איז אַהיימגעגאַנגן עסן די סעודות וואָס אין דעם טאָג ווערן פאַררעכנט ווי אַ תענית. די כפּרה וואָס ער האָט געדרייט, געשחטן, און געפליקט פאַרטאָגס, פאַר סליחות, האָט שוין פייגא געהאַט געזאַלצן און אָפּגעקאָכט צום ערשטן סעודה. צו דער יויך האָט פייגא אויך צוגעשטעלט קרעפּלעך. ר’ אפרים איז נאָכדעם אַוועק זיך טובלן ווי אפילו פשוטע אידן טוען ערב יום כיפּור, פאַרשטייט זיך מיט זיינע באַזונדערע כוונות, און זיך געשטעלט צו די מנחהדיקע על חטאס. נאָך צאַמלייגן די צדקה טעלערס איז ער אַהיימגעגאַנגען עסן דער סעודת המפסקת וואָס ער האָט אָפּגעענדיקט מיט אַ תנאי פאַרן בענטשן צו קענען כאַפּן אַ טרונק פאַרן זמן. ממש פאַר כניסת היום האָט ער זיך איבערגעביטן די שיך און געצינדן די יאָרצייט ליכט לעבן פייגאס יום טוב ליכט.

פייגא האָט זיך איבערגעדקט די אויגן ווען זי האָט געבענטשט אירע ליכט און ר’ אפרים האָט זיך אַוועקגעכאַפּט צו דער אַנדער שטוב וואו זיינע תפילין זענען געלעגן און דאָרט אָנגעצונדן נאָך דריי יאָרצייט ליכט. ער האָט אויסגעגלייכט זיין טלית בייטל און איז שנעל אַרויס פאַרשליסנדיק דער טיר הינטער זיך. ווען פייגא האָט זיך אויפגעדעקט אירע רויטע אויגן פון זאָגן תחינות און תפלה טאָן נאָך איר פאַרגאַנגענער יאָר, האָט ר’ אפרים געהאַלטן אינמיטן זיך מתעטף זיין אין זיין טלית צו קענען מאַכן אַ ברכה ווען עס איז נאָך טאָג אינדערויסן. ער האָט געוואונטשן פייגאן אַ גמר חתימה טובה און איז אַוועק אין שוהל צו כל נדרי.

מיט זיין ווייס קיטל אַרויסשטעקנדיק פון אונטער זיין בעקיטשע, איז ר’ אפרים גייענדיק אין שוהל געווען אַ בילד וואָס האָט פאַרזיכערט די אינגערע דורות אַז עס איז נאָך עפּעס געבליבן. אַז מען איז נישט אַליין אין דער מאָדערנער וועלט. טאַטעס האָבן אָנגעוויזן פאַר זייערע קינדער אויף ר’ אפרימן, אַז אָט אַזוי דאַרף אויסצוזען אַ איד ערב יום כיפּור, פרויען האָבן אַ צי געגעבן זייערע טעכטער זיך צו שטעלן אין דער זייט דורכצולאָזן ר’ אפרימן. אידן וואָס ר’ אפרים האָט ניטאַמאָל געוואוסט ווער זיי זענען האָבן אים אָפּגעשטעלט און זיך דערמאַנט זייערע נאָמן און זייערע מאַמעס נאָמן אויף אַ גמר חתימה טובה. איטליכע האָבן אים אַפילו געקושט אויפן האַנט. מען האָט געזען אַז די מלאָכים אַליין באַגלייטן אים.

ר’ אפרים איז אָנגעקומן אין שיל און זיך באַלד געזעצט אויף זיין פּלאַץ, אַרויפגעוואָרפן זיין טלית העכער זיין קאָפּ און איבער זיין פּנים און אָנגעהויבן מיט אַ ברען תפלת זכה. די אידן וואָס גיין אַרום די טישן צו געבן יעדן אַ וואונטשנדיקער האַנט און מחילה בעטן האָבן געוואוסט נישט צו שטערן. אונטער דער טלית האָט זיך געזאָגט תפלת זכה מיט אַ פייער. אַ פייער וואָס נאָר אַ חסיד קען באַווייזן נאָך זיך קריגן מיטן באַשעפער העכער אַ האַלבער יאָר. ווער נאָך האָט געטרויערט פירן אַ דין תורה מיט ג-ט חוץ דער באַרדיטשעווער צדיק? די ווערטער האָבן געהאַט דעם אַמאָליקן טעם אָבער עטוואָס אַנדערש באַפעפערט. ר’ אפרים האָט געזעגלט איבער די ווערטער ווי אַ מאַטראָס איבער באַקאַנטע וואַסערן. דאָס שיפל האָט זיך אָבער באַוואויגן צו אַנדערע ווינטן.

מען האָט אַרוסגענומן די ספרי תורה פון דעם ארון קודש און מיט זיי איז מיטגעקומן דעם עיצומו של יום. דער זיבן מאָליקער אור זרוע לצדיק האָט איבערגענומען אַלע ספיקות. ר’ אפרים האָט געוואוסט אַז צו דערלאַנגן כמושכתוב קען נאָר זיין אין דעם טאָג. איבערמישנדיק דאָס בלעטל האָבן זיך באַוויזן די גרויסע געדיכטע שוואַרצע שרעקענדיקע אותיות פון ‘כל נדרי’ אַרומגענומן מיטן ישיבה של מעלה און ישיבה של מטה. וויפיל עברינים קענען שוין זיין אין אַזאַ שוהל וואו רוב מנין און רוב בנין גייט אין שטריימל און בעקיטשע און אין דער ווייבער שוהל איז נישט דאָ קיין איין שייטל ווייל אַלע גייען מיט ווייסע טיכלעך?

דער שוהל האָט זיך אָנגעפילט מיט דער הייליקער כל נדרי מעלאָדיע, צום ערשט שוועבענדיק און בליטשענדיק ווי שטערנס אין אַ פינסטרע נאַכט. וואָסאַמאָל מען האָט עס איבערגעחזרט האָט עס וואָס מער אָנגעפילט דעם שוהל. צום סוף לייכט עס ווי אַ גאַנצע לבנה אויף אַ וואָלקנלויזע נאַכט און ס’מאַכט ליכטיק, אָבער דער פינצטערניש לאָזט זיך נישט באַהאַלטן. עס באַנעמט דער אידישער האַרץ מיט איר זיסקייט אָבער ווי אַלע אידישע וואַרמקייטן איז עס דורכגענומען מיט טרויער און צער. מען וויל זיך אין דעם אָנכאַפּן אָבער מען האָט מורא צו נאָנט צוצוגיין. דער נוסח האָט נאָך געזוימט אין די לופטן ווען ר’ אפרים האָט מיט אַ ברען שרייענדיק געמאַכט ‘שהחיינו... לזמן הזה’.

אַן אַנדער זמן וואָלט געטויגט אויף כפּרות. דווקא דעם זמן. וויפיל מאָל האָט ער זיך געזאָגט במשך דער זומער אַז ער וועט עס נישט דערלעבן? ווי אַ ליבער אויפן וועג צו זיין געהיימע ליבשאַפט, איז ער געווען זיכער אַז מען וועט אים כאַפּן קודם החטא, אַז דער באַשעפער וועט אים אונטערשטעלן אַ פיסל, אַז דער בעלדבר וועט אים נישט פאַרגינען אַביסל אמתער נחת אויף דער עלטער. יעצט אַז ער האָט געמאַכט שהחיינו, אַז ער האָט דערלעבט, אַז ער האָט זיך דערהאַלטן, אַז ער האָט דערגרייכט צו דער צייט, האָט ער געוואוסט אַז זיין צייט איז אַצינד טאַקע געקומן. אַזאַ אכזריות וועט מען אים נישט פון הימל טאָן אַז ער זאָל אָנקומן ביז צום קאָרעטע און מען זאָל אים נישט לאָזן כאַפּן אַ שלונג.

נאָכן דאַווענען האָבן אידן אים געזאָגט אַז זיין שיר היחוד פון מיטוואָך, וואָס ער האָט דערצו געהאַט אַ חזקה, איז גאָר פיין געלונגן. ‘ברוך השם’ האָט ר’ אפרים געענטפערט, ‘מען זאָל אויספּויעלן אַלעס גוטס’. דער עולם האָט צו זיך קאָמענטירט אַז ער זעט עפּעס אויס בגילופין. ‘האָסט אים געדאַרפט זען אינדערפרי ווי ער איז אַרומגעלאָפן נאָך שחרית’, האָט איינער געזאָגט. ‘אַבי נישט ווי דער מרה שחורה פון דער זומער’, האָבן אַנדערע אַוועקגעמאַכט.

אינדערפרי, איז ביי ר’ אפרים די ערשטע מחשבה נאָך זיך אויפכאַפּן געווען אַז ער וויל גיין אין מקוה. נישט ווייל ער האָט געמאַכט אַ טעות ווי אויף תשעה באב; נאָך מקפּיד זיין זיך וואַשן נעגלוואַסער ביז צו די קנעכל, מאַכט מען נישט אַזאַ טעות. דאָס מאָל איז עס געווען במחשבה תחלה. אַזאַ טאָג וואָס ער וואַרט שוין דערויף אַזוי לאַנג, אויף אַזאַ טאָג וויל ער זיך ערשט מטהר און מקדש זיין. צוליב דער כבוד אין וועמענס נאָמען ער גייט עס טאָן. ‘זה היום קוינו לו,’ האָט ער זיך אונטערגעברומט דעם פאַרגרייזטן פּסוק אין דער אתה הראית נוסח, ‘נגילה ונשמחה בישועתו’. אַביסל ענדלעך צו די טראָפּן אין איכה, האָט ער געמערקט. ער האָט ממשיך געווען צו זיך אין אַן אָנגעשטעלטן גמרא ניגון, “נאָר ווען מען קלאָגט גייט דער נוסח אַראָפּ, און אויף שמחת תורה ענדיקט זיך עס אויף אַרויף.”

אין שוהל האָט ר’ אפרים אויסגעזאָגט גאַנץ תהילים מיט מנין. ער איז געווען געשפּאַנט מיט וואָס ער שטייט דאָ צו טאָן. ער איז געווען אומרואיק אויף וואָס עס קען אים אפשר געשען. צי די תפילין וועלן נישט אפשר אויפפּלאַצן. צי די נשמות וועלן זיך נישט פאַר אים באַווייזן און אים מוסרן. אפשר וועלן זיי אין אים אַריינגיין ווי אַ דיבוק. עס קען אויספּלאַצן אַ שרפה און מען וועט אים געפינען טויט מיט תפילין אויפן האַנט און קאָפּ, האָט ער מורא באַקומן. אָדער, נאָך ערגער, ער וועט מוזן אַרויסלויפן און כללישראל וועט זיך צאַמלויפן צו קוקן אויפן שרפה און ער וועט שטיין ווי אַ נאַר נישט וויסנדיק וואו צו באַהאַלטן זיינע תפילין. ער וועט זיי נישט קענען אַריינוואַרפן אין די מיסט קאַסטענס. אַז זיי זענען נישט הייליק, ווי קענען זיי אים טויגן אויף נקמה?

איצט איז ער שוין געשטאַנען אין דער טאָג אַליין. כלנדרי וועט שוין נישט זיין, דער ימים נוראימדיקער פּסוקי דזמרה נוסח גליטשט זיך יעדן פון די ליפּן, און מען פלאַמט שוין אויף נשמת. כל עצמותי תאמרנה איז געזאָגט געוואָרן אויף ר’ אפרים אין דעם יום כיפּור. ער האָט געפלאַקערט, זיך שטאַרק געשאָקלט און געברענט, אינגאַנצן נישט ווי זיין געווענדלעכן כאַראַקטער. ווי הויך דער עולם האָט געשריגן המלך האָט מען איבערגעהערט ר’ אפרימן איבער אַלע, אַזוי אַז עס האָט נאָך געקלונגען ווען דער עולם האָט גע’אוייוייוי’ט נאָכן יושב אָן אַ ה’. ר’ אפרים האָט באַשלאָסן אַז דאָ וועט ער זיך אַרויסכאַפּן.

ער איז אַרויסגעקומן פון בית המדרש, אַראָפּגעלייגט דער טלית זיינער אין אַ זייט ווי איינער וואָס דאַרף אַרויסגיין, געקוקט לינקס און רעכטס און זיך אַרויסגעכאַפּט אויפן גאַס. רוב גייערס זענען געווען ווייבער אויפן וועג אין שוהל. ביי ווייט אַוועניו, פון דער ריכטונג פון דער בריק, איז געגאַנגען אַ יונגערמאַן אָן אַ שטריימל. די פיס האָט ער געשלעפּט ווי איינער וואָס קומט צו גיין אויף יום כיפּור פון בעט איזרעל (בית ישראל) שפּיטאָל, אָבער אויף די ליפּן האָט ער געטראָגן אַ שמייכל פון אַ בן זכר, וואָס איז אַלץ ברייטער געוואָרן וואָס אַ בלאָק נענטער דער גליקליכער פאָטער איז געקומן צו דער היימישער וויליאַמסבורג. פרויען האָבן פאַרשטאַנען וואָס זיינע גרויסע שנעלע שפּאַנען באַדייטן אָבער מען קען דאָך נישט אָפּשטעלן אַ יונגערמאַן אויף דער גאַס אים פרעגן, און זיכער נישט אויף יום כיפּור.

ר’ אפרים האָט זיך איינגעהויקעט מען זאָל אים נישט דערקענען און געגאַנגן מיט אַ שוואנג. דער שלאָס פון זיין אַפּאַרטמענט האָט געקלונגען אין זיינע אויערן ווען ער האָט אַריינגעלייגט דער שליסל. ער האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף אַ סעקונדע און צוגעלייגט אַן אויער צי איז עמעצער נישט אינעווייניק. ער האָט געזאָגט פאַר פייגא אַז המלך וועט זיין פופצן מינוט פריער ווי ער האָט זיך פאָרגעשטעלט, אַז זי זאָל זיכער נישט זיין אינדערהיים. ער האָט אָבער נישט געגלייבט אַז ער וועט עס דורכפירן און ער איז געווען זיכער ביי זיך אַז עפּעס וועט אים פאַרמיידן ביים לעצטן מינוט. ער האָט זיך אויך געאיילט אַריינצוגיין און זיך באַהאַלטן פון דער גאַס און די שכינים.

דער טיר האָט זיך אויפגעמאַכט און ער האָט געגעבן אַ שריי ‘האַלוי’ פּחדנדיק פון זיין אייגענער ווידערקול. דער שבת זייגער האָט פאַרלאָשן די לעמפּ און די יאָרצייט ליכט פון זיינע און פייגאס עלטערן האָבן געוואָרפן אַ טאַנצעדיקע שאָטן איבער דער הויז. ער האָט אַריינגעלייגט דער שליסל אויף דער אינעווייניק פון דער שלאָס אַז קיינער זאָל נישט קענען אַריינקומען, און איז געגאַנגן אויף די שפּיץ פון די פיס פינגער אַז ער זאָל זיך אַליין נישט הערן. ער האָט אויפגעשפּאַרט דער טיר וואָס ער האָט מיט אַ טאָג פריער פאַרשלאָסן. די געהיימע יאָרצייט ליכט וואָס ער האָט דאָרט אָנגעצונדן האָבן אים דערשראָקן.

ער האָט געשפּירט ווי ער גייט אַליין אויף אַ בית החיים שפּעט אויף אַ פינצטערער נאַכט. ער האָט צוגעריגלט דער טיר און מיטן פּנים צו דער איין גרויסער און צוויי קליינע ליכט האָט ער אויפגעמאַכט זיין טלית בייטל, אַרויסגעצויגן זיין טלית און עס איבערגעוואָרפן איבער זיינע פּלייצע.

‘ברכי נפשי את ה’’ האָט זיך אינסטינקטיוו אַרויסגעכאַפּט פון זיין מויל. ר’ אפרים האָט זיך דערמאַנט אַז ער האָט עס שוין איינמאָל געזאָגט. עס איז אים איינגעפאַלן צי ער דאַרף מאַכן אַ פרישן ברכה אויפן טלית אָדער ער האָט שוין יוצא געווען מיטן ברכה אויפן טלית וואָס וואַרט אים אָפּ אין שוהל. ער האָט אַראָפּגעלייגט דער טלית און פון דער תפילין בייטל אַרוסגעצויגן דעם תפילין של יד. שטייענדיק אין די שטרימפּ - ר’ אפרים האָט נישט געהאַלטן פון גומענע שיך - האָט ער געזאָגט אַ פייערדיקן לשם יחוד, אַ קוש געטון דאָס ביתל און אַראָפּגעדרייט די רצועות. אַז ער האָט זיך געדאַרפט אַרויפציען דאָס אַרבל האָט זיך אים באַוויזן פאַר די אויגן זיין קיטל און בעקעטשע אַנשטאָט דעם וואָכעדיקן רעקל פון אַיעדן טאָג. טאָמער אין דעם מאָמענט איז אים איינגעפאַלן ספיקות איז שוין געווען צו שפּעט. דער בעל דבר וואָלט יעצט נישט אַזוי לייכט אויפגעגעבן זיין שעיר לעזאזל.

ר’ אפרים האָט שנעל אַרויפגעצויגן די אַרבל ביז העכער זיין עלענבויגן, אַרויפגעלייגט דעם בית אויפן בשר תפוח און געמאַכט אַ ברכה ווי דער באַרדיטשעווער האָט געמאַכט אויפן לולב דעם ערשטן טאָג סוכות נאָכן צעברעכן דער גלאָזענע שאַפע צו כאַפּן דעם אתרוג. דעם בעל דברס “אָמן” האָט ר’ אפרים נישט געהערט.

דערנאָך האָט ער אַרויסגענומען דעם שלראש און ער האָט געטאַפּט דעם קאָפּ וואו עס איז געלעגן זיין שטריימל. ער האָט זיך געשפּירט מאָדנע. דאָ שטייט ער מיט אַ ווייסע קיטל און מיט אַ שטריימל אויפן קאָפּ און דאָ בינדט ער תפילין. ער האָט אָנגעכאַפּט זיין יאַרמעלקע עס אויפצוהייבן צו לייגן דעם שלראש און זיינע פינגערס האָבן זיך אַריינגעכאַפּט אין דער געוועבעכץ פון דעם ווייסן קאַפּל וואָס אין דעם פלעגט ער גיין בלויז יום קדוש. דער יאַרמולקע האָט ער געהאַט בירושה פונעם רבין. דאָס האָט אַ ציפּ געטאָן. ער האָט זיך דערמאַנט פון זיין חזקה צו דערלאַנגן צום רבין וואַסער נאָך דעם וואָס ער איז געפאַלן כורעים און וואָס צוליב דעם האָט ער באַקומן נאָכן פּטירה דער יאַרמולקע.

די ד’ פּרשיות האָבן זיך שוין נישט געקענט זאָגן. די תפילין זענען אויף אים שווער געוואָרן ווי אַ לאַסט. ער האָט עס דערלעבט, עס דערהאַלטן, און דערצו דערגרייכט, און עס איז גאָרנישט געווען באַטעמט. ער האָט פאַרגעסן פאַרוואָס ער שטייט דאָ מיט תפילין אינמיטן יום כיפּור און וואָס ער האָט געמיינט דערמיט אויפצוטאָן. זיינע פּלענער צו זאָגן יזכור אָנגעטאָן מיט די תפילין אין דער שיין פון די ערשטמאָל אָנגעצינדענע ליכט זענען געוואָרן צו נישט. מענטש טראַכט און ג-ט לאַכט. אַ יענץ געלעכטער.

שעמסט דיך נישט? האָט ער געהאַלטן אין איין טראַכטן. אַזוי ווי דער רבי אין חדר פלעגט עס אים זאָגן, און ווי ער פלעגט עס זאָגן פאַר זיינע תלמידים, אָט דער זעלבער נוסח האָט אים געדולט אין קאָפּ. “ביסטו פאַרנאַרט? ביסטו משוגע? דו זעסט דאָך אויך אויס פּורימדיק,” האָט ער זיך האַסנדיק געזאָגט. ער האָט די תפילין פון זיך אַראָפּגעצויגן, זיי צוזאַמענגעקנייטשט און אַרייגעוואָרפן אינעם טלית בייטל אָן זיי צו קושן אפילו איין מאָל. ס’איז אים איינגעפאַלן צי די תפילין זענען נישט מוקצה און האָט זיי איבערגעלאָזט דאָרט וואו זיי זענען געווען. פייגא קען אַהער נישט אַריינקומען, האָט ער געטראַכט. צי ער זאָל אויך לייגן רבינו תם איז שוין אַצינד נישט געווען קיין שאלה. ער האָט נאָר געוואָלט צוריק זיין אין שוהל. דער ערד אונטער אים האָט געברענט. קיינמאָל איז ער נישט אַהיים אויף יום כיפּור געגאַנגען, אפילו ביי די הפסקות. ער פלעגט ביי זיך אָפּלאַכן די יונגעלייט וואָס זענען אַהיים געגאַנגן זען ווי זייערע ווייבער פאַסטן, און דאָ שטייט ער אינדערהיים ווען אין בית המדרש מאַכט מען שוין אוודאי אויף דעם ארון קודש צום ערשטן פּיוט פון דער הויכער שמונהעשרה. און ער וויל שטראָפן ג-ט ווען גאַנץ כלל ישראל בעט אַצינד סליחה מחילה און כפרה אויף זייערע עבירות. ס’האָט זיך אים געדאַכט אַז די שכנות און די קינדער רעדן אַלע אַז ער איז אַהיימגעקומען בשעתן דאַווענען. ער האָט מורא געהאַט אַז פייגא זאָל נאָר נישט פרעגן קשיות; זי פרעגט שוין אַזוי אויך צו פיל.

צוריקקומענדיק אין שוהל האָט ער זיך ווידער איינגעהילט אינעם טלית מען זאָל אים נישט באַמערקן ווען ער קומט אַריין. דער יום כיפּורדיקער שחרית מיט די פילע ובכן מי לא יראכס איז גענוג לאַנג אויסצואוואַרטן אַפילו אַ נקמהדיקן תפילין לייגן, און ר’ אפרים האָט נאָך אָנגעיאָגט צו די על חטאס פונעם שחריתדיקן הויכע שמנה-עשרה. דער טעם פון יום קדוש איז אָבער פאַרשוואונדן געוואָרן. ער האָט שוין נישט געברענט אויף נקמה, ער האָט שוין נישט געברענט פון כעס, ער האָט שוין בכלל נישט געברענט.

דער בעל קורא האָט געוויינט ביי “אחרי מות שני בני אהרן”, וועגן דער סגולה נישט צו פאַרלירן קינדער ביים לעבן. מיט אַ שטיק צייט פריער וואָלט ר’ אפרים זיך געבייזערט און וואָלט געקלערט וויפיל אַזעלכע בעל קוראס זענען אומגעקומען מיט די קינדער צוזאַמען. ער וואָלט געטראַכט צי די עלטערן זענען אויך געשטאָרבן מיט די קינדער אַז די סגולה זאָל נישט האָבן געפעלשעוועט. אַצינד האָט ער נאָר געטראַכט פון זיין אייגענעם חורבן. ער האָט נישט נאָר מלכה מרים און די צוויי עופעלעך פאַרלוירן נאָר ער האָט שוין פייגא אויך נישט. זי איז אים פרעמד געוואָרן אין זיינע אויגן און ר’ אפרים ביי זיך אַליין איז שוין אויך נישט דער ר’ אפרים פון נעכטן. צו דעם אַלעס האָט ער פאַרשוועכט דעם רבינס ירושה, דער איין זאַך וואָס ער האָט געהאַט דער זכייה אים צוצובינדן מיטן רבין האָט ער אויך קאַליע געלייגט.

ער האָט זיך פיינט באַקומען אויפן מעשה שטות און ער האָט געהאַסט דעם באַשעפער אַז ער האָט אים דערצו געברענגט. דער דערמאַנונג פון דעם רבינס קרעכצן וואָס אַלע בעלי תפילות האָבן געזוכט נאָכצומאַכן האָט אים קוים אויפגעהאַלטן דורך מוסף און דער עבודה. היה עם פּיפּיות וואָס דער בעל תפלה האָט געזונגען מיטן רבינס שלום עליכם-ניגון האָט אים צעשיטערט. וויינען האָט ער אָבער נאָך נישט געקענט.

ער איז געזעצן און געקוקט גלייך צום ארוןקודש מיט אָפענע אויגן וואָס האָבן זעלטן געבליקט. ווי אַ ראָבאָט האָט ער זיך געהויבן דאָרט וואו מען דאַרף שטיין, זיך געבוקט דאָרט וואו מען בוקט זיך און זיך געקלאַפּט אין דער בוזעם דאָרט וואו מען קלאַפּט זיך. ער איז געבליבן זיצן ביי רוב פונעם דאַווענען און געקוקט ווי אין אַ וויסטעניש אַריין.

צו נעילה האָט זיך ר’ אפרים אַביסל דערמונטערט. ער האָט זיך אָנגעשטרענגט צו שטיין גאַנץ נעילה ווי זיין שטייגער איז געווען. ביי “פּתח לנו שער בעת נעילת שער” האָט ער זיך דערמאַנט אינעם משל וואָס איז געשטאַנען איז זיין אידישטייטש מחזור פון זיינע קינדעריאָרן. אַ משל פון אַן אַרעסטאַנט וואָס מען לאָזט אַרויס פון תפיסה אויף יום כיפּור ער זאָל קענען גיין אין שול דאַווענען. עס קומט צו נעילה און דער אַרעסטאַנט זעט אַז דער זון גייט שוין אונטער און ער דאַרף צוריק גיין הינטער דעם פאַרשלאָסענעם טויער, און ער הייבט אָן צו וויינען אַז ער וויל נאָך עפּעס אַריינכאַפּן איידער מען שליסט צו. ר’ אפרים האָט געדענקט דעם נמשל אויך. די נשמה וואָס ליגט אין דער תפיסה פונעם יצר הרע אַ גאַנץ יאָר בעט זיך ביי נעילה ‘מאַך אונז אויף אַ טויער ביים צייט ווען מען פאַרשליסט דער טויער’ ווייל אין דעם טאָג וואָס דער בעל דבר האָט קיין שליטה נישט, איז די נשמה ווי באַפרייט. אפשר וואָלט ר’ אפרים געדאַרפט שמייכלן אויף דער נישטשליטה פונעם יצר הרע אין דעם טאָג, ר’ אפרים האָט אָבער אַצינד נישט געשמייכלט. ער האָט געדענקט ווי אַלע ימים טובים פלעג ער בלויז לייענען די משלים אויפן אונטערשטן חלק פון זיין מחזור אָן צו דערפאַרטיקן דעם נמשל. ראש השנה און יום כיפּור האָט ער אָבער תשובה געטאָן און ער פלעגט לייענען דעם נמשל אויך.

די סליחות ביי נעילה און דער כסדרדיקע טויש פון נסחאות, פון דער וויינענדיקער ישראל נושע בה’ תשועת עולמים דורך די אינצווישנדיקע ישמיענו סלחתי און יחביאנו צל ידו תחת כנפי השכינה ביז דער לויפנדיקער אנקת מסלדיך האָבן אים אַוועקגעפירט טויזנטער מיילן צו זיין אַמאָליקן היים און אים צוריקגעטראָגן צענדליקער יאָרן. די פילע השם השמס האָבן אין אים אויפגעוועקט געדענקענישן פון זיינע קינדער יאָרן ווען ער האָט נישט געוואוסט וואו מען שטעלט זיך צו וואַרטן אויף שלש עשרה מידות. ער האָט זיך דערמאַנט ווי ער פלעגט שטיין לעבן זיין טאַטע און ער האָט אים אויפגעמישט דאָס מחזורל און געטייטלט צום פּלאַץ.

ביים פּזמון פון שלש עשרה מידות וואו מען בעט אַז ג-ט זאָל זיך אַוועקלייגן אַ ביסל פון אונזערע טרערן אין אַ סלוי האָט זיך געהערט כליפּן פון ווייבערשול. ס’האָט ר’ אפרימען צוריקגעטראָגן צו דער מאַמען ווי זי האָט אויסגעזען יום הקדוש מיט אירע ווייסן טיכל און שירצל. ער האָט געדענקט אַז אַמאָל אַלץ קינד האָט ער געטראַכט אַז ס’מוז זיין אַז מלאָכים קענען אויך זיין פרויען, ווייל די מאַמע זיינע זעט אויס ווי אַ מלאכטע. דאָס לעצטע מאָל וואָס ער האָט איר געזען איז געווען נאָכן אַראָפּגיין פון דער באַן אין אוישוויץ. אַצינד איז זי אים ווי געשטאַנען פאַר די אויגן.

נעילה איז אויך פאַראיבער און דער בעל תפילה האָט אויסגעשריגן “שמע ישראל”. דער עולם האָט נאָכגעשריגן “שמע ישראל” מקבל צו זיין עול מלכות שמים אין די לעצטע טייערע מינוטן ווען מען קוקט שוין נישט אויפן זייגער צו ציילן די מינוטן ביזן זמן, כאָטש די פּנימער זענען בלאַס ווי די קיטלעך, און די מיילער זענען טרוקן האָבנדיק אויסגעזאָגט דעם גאַנצן דיקן מחזור. נאָך אַזאַ לאַנגן שווערן טאָג ליגט אין דעם “שמע ישראל” דער ווידערקול פון אַלע וואָס זענען מיט די ווערטער אומגעקומען על קידוש השם. ביי די לעצטע געציילטע מינוטן פונעם תענית שפּירט דער עולם ווי אויך זיי זענען זיך מוסר נפש. אַז זיי רייסן זייער קול ביז עס גייט שוין נישט איז עס ביי זיי ווי די נשמה ענדיקט זיך שוין.  אויך זיי קומען אום.

ר’ אפרים האָט מיטגעשריגן “שמע ישראל” און די שערי דמעות האָבן זיך ביי אים אויפגעמאַכט. “ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד” האָט ער מיטגעשריגן דריי מאָל און די אויגן האָבן אָנגעהויבן צו רונען. דער בעל תפילה האָט געשריגן “ה’ הוא האלקים” זיבן מאָל און ביים זיבעטן מאָל איז שוין כלות הנפש און ממש קידוש השם. דער עולם וואַרט אויס און שרייט נאָך “ה’ הוא האלקים.”

ביי ר’ אפרים האָבן די אויגן געפליסט. “ה’ הוא האלקים” - ער האָט געוויינט אויף זיין לעבן. אויף מלכה מרים, אויף לאהלע און אויף חנחלע וועמען ער האָט נישט געטאָרט געדענקען. “ה’ הוא האלקים” - די הייליקע מאַמע ווי זי האָט זיך געשלעפּט פון דער באַן האַלטנדיק אַ צווייטנס קינד אויפן אָרעם. ווער ווייסט צי זי וואָלט אומגעקומען ווען זי זאָל עס האָבן צוריקגעגעבן? “ה’ הוא האלקים” - ער האָט זיך געוואָרפן אויף זיין פאַרקראָכנקייט. ער האָט צוריק געוואָלט זיין קרעכץ פון “שובי שובי השולמית,” ער האָט ווידער געוואָלט זען אין פייגאן וואָס ער האָט אַמאָל געזען. “ה’ הוא האלקים” - ער האָט זיך נישט מוחל געווען אויפן תפילין לייגן פון יענעם אינדערפרי. “ה’ הוא האלקים” - ער איז באַשטאַנען מוחל צו זיין דעם באַשעפער אויף אַלעס אַבי ער זאָל אים צוריקשטעלן וואו ער איז געווען פאַר יענער נאַכט. ר’ אפרים האָט זיך געוואָרפן און געשריגן “אַדוינוי הוא האלקים” צום זעקסטן מאָל.

דעם רבינס עבודה פון יום קדוש איז פאַר אים געשטאַנען און ער האָט ביטער געוויינט אַז אַפילו די אָ זכרונות ברענגען מער נישט צוריק דעם זעלבן טעם. וואָס וואָלט ר’ אפרים נישט געגעבן אויף צוריק צו זיין וואָס ער איז דעמאָלט געווען?

מען האַלט שוין ביים זיבעטן “ה’ הוא האלקים.” די קולות רייסן זיך. מען קומט שוין ממש אום. און ביי ר’ אפרים גיסן זיך די טרערן. ער האָט געדענקט דער מעשה פון ר’ אליעזר בן דורדיא וואָס ער האָט געלערנט אין עין יעקב. ווי ער האָט געלייגט זיין קאָפּ אין זיין שויס און אַזוי געיאָמערט און אַזוי געוויינט אַז נאָך בעטן דעם הימל מיט דער ערד, דעם זון מיט דער לבנה זאָלן אויף אים מתפּלל זיין, איז זיין נשמה אַרויס. אויך ר’ אפרים האָט אויף דעם זיך געוואונטשן. ר’ אפרים האָט זיך געזען מיט מלכה מרים און די צוויי קינדער ווי מען פירט זיי אַוועק נאָך דער סעלעקציע, ווי ער האָט זיי געוואָלט נאָכגיין און מען האָט אים נישט געלאָזט. ער האָט זיי יעצט ווידער געוואָלט נאָכגיין.

דער עולם האָט זיך צוריקגעוואָרפן די טליתים אויף צו הערן דעם קדיש תתקבל. אַ ווייכן שמייכל ליגט ביי יעדן אויפן פּנים. מען שפּירט, ס’איז געלונגען, מען האָט עפּעס אויפגעטאָן. אין דעם מאָמענט שפּירט זיך עס ווי די גאַנצע וועלט עקזיסטירט נאָר אין דעם בית המדרש און פון דאַנען דורכן הימל קאָנטראָלירט מען אַלעס. ר’ אפרים איז אָבער נאָך איינגעהילט אינעם טלית. די טרערן האָבן זיך נאָך נישט אָפּגעשטעלט. דער בעל מקריא שרייט “תקיעה” און דער בעל תוקע בלאָזט. ר’ אפרימס טאַטע פלעגט האָבן דעם כיבוד פון אויסרופן די תקיעות. מען רופט אויס “תקיעה גדולה” און די לאַנגע תקיעה וואָס הייבט זיך אָן מיט אַ קראַפט פאָכעט אויס ביסלעכווייז מיט די לעצטע כוחות פונעם בעל תוקע. ווי די תקיעה האָט געשפּאָלטן די פענצטערס פון הימל האָט ר’ אפרים איינגעזאַמלט זיינע לעצטע כוחות און צוזאַמן מיט דער אויסגעדינטער ענדע נאָט פונעם שאַל אַרויסגעזאָגט די נעמען וואָס ער האָט קיין מאָל ביז יעצט נישט געזאָגט. “מלכה מרים בת חיים שלמה דוד.” “לאה בת אפרים.” “חנה בת אפרים.”

דער בעל תפלה האָט געשריגן דריי מאָל און דער עולם האָט נאָכגעזאָגט, “לשנה הבאה בירושלים, לשנה הבאה בירושלים, לשנה הבאה בירושלים הבנויה.” דער ‘הבנויה’ האָט נאָך וויברירט ווען ר’ אפרימס שכן איז צוריקגעשפּרונגען מיט אַ געוואַלד: “אוי! ר’ אפרים!” דער יונגערמאַן וואָס איז געזעסן ביי דער שורה אונטער ר’ אפרימן איז אַרויפגעטאַנצן אויפן באַנק און געשריגן “וואַסער! הצלה!”

צו מאָרגנס אויף דער לוויה האָבן אַלע מספּידים דערמאַנט דער גמרא אַז יום כיפּור איז עיצומו של יום מכפּר, און אַז ר’ אפרים האָט געהאַט אַ זכייה אַוועקצוגיין אין דעם הייליקסטן טאָג פון יאָר. איין מספּיד האָט געמערקט אַז ער איז אַוועק באַלד נאָך קבלת עול מלכות שמים, און צו דעם צוגעברענגט דעם בת קול וואָס איז אַרויסגעגאַנגען נאָך ר’ עקיבאס יציאת נשמה: “אשריך ר’ עקיבא שיצתה נשמתך באחד.” דער עולם איז אָבער צום מערסטנס דערשיטערט געוואָרן ווען מען האָט דערמאַנט וואָס דער רבי האָט געזאָגט, אַז ווען דער באַשעפער האָט נאָך צען ר’ אפרימלעך וואָלט די גאולה שוין דאָ געווען.

נאָך קדיש, וואָס אַ שכן האָט געזאָגט צוליב דעם וואָס ר’ אפרים האָט נישט איבערגעלאָזט קיין קינדער, ווען דער ארון האָט אָנגעהויבן צו גיין, האָט אַן עולם וואָס איז אַלץ גרעסער און ענגער געוואָרן זיך אַרומגעשטעלט איינער פון די יונגעלייט וואָס ווייסן תמיד אַלעס און וועמען יעדער הערט אויס. יעדער האָט געוואָלט הערן, און די זאַכן דערציילט מען אין אַ פאַרנידעריקטער שטימע. נעכטן, האָט ער דערציילט, האָט ר’ אפרימס אידענע געזאָגט פאַר איר שכנטע ביים דאַווענען אַז זי האָט זיך דערמאַנט אַז אויף ערב יום קדוש האָט זי בטעות אַרויסגעוואָרפן דאָס איבערגעבליבענע פון ר’ אפרימס כפּרות הינדל, און ס’איז נישט געבליבן אַ שטיקל אויף דער סעודה פון מוצאי יום כיפּור.

נאָך איינער וואָס האָט געשומרט ביי נאַכט האָט דערציילט אַז מען האָט נישט געדאַרפט אָנצינדן ליכט צוקאָפּנס ווייל אין דער צימער ווי ער איז געלעגן האָבן געברענט דריי ליכט. זיין אידענע האָט געזאָגט אַז דאָס איז דער ערשטער מאָל וואָס ער צינדט דאָרט אָן ליכט. ער האָט ווייטער דערציילט, אַז כאָטש די אַנדערע ליכט איז זיין הויז האָבן אויסגעברענט, זענען די געבליבן ברענען פון ערב יום כיפּור און געברענט דער גאַנצער נאַכט פון מוצאי יום קדוש. זיי האָבן זיך פאַרלאָשן ממש ווען מען האָט אים אַוועקגעפירט צום טהרה.

דער עולם צוהערערס האָבן צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ אויף די רמזים מן השמים און שטילערהייט באַגלייט דעם ארון.

 

* -  * -  * -  *

ס’האָט ר’ אפרימען צוריקגעטראָגן צו דער מאַמען ווי זי האָט אויסגעזען יום הקדוש מיט אירע ווייסן טיכל און שירצל. ער האָט געדענקט אַז אַמאָל אַלץ קינד האָט ער געטראַכט אַז ס’מוז זיין אַז מלאָכים קענען אויך זיין פרויען, ווייל די מאַמע זיינע זעט אויס ווי אַ מלאכטע. דאָס לעצטע מאָל וואָס ער האָט איר געזען איז געווען נאָכן אַראָפּגיין פון דער באַן אין אוישוויץ. אַצינד איז זי אים ווי געשטאַנען פאַר די אויגן.

* -  * -  * -  *

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on December 6, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations