about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
דער באַן בילעט: אַ שמועס אין ו
- דערציילונג -
אברהם רייזען
 

 .איר פאָרט מיט אַ בילעט? אַ נאַרישקייט, אַ גרויסע נאַרישקייט: אַלמאי זאָל מען זייער פירמע אָנשטאָפּן מיט געלט? מען זאָגט אַפילו, אַז פּאָליאַקאָוו האָט אויך אַ חלק אין באַן. נאָר וואָס מיינט איר איז פּאָליאַקאָוו? ער האָט שוין אַפילו לאַנג פאַרגעסן, אַז ער איז אַ איד... נאָר מיר דאַכט, אַז מיט דער ליניע איז ער נישט קיין שותף... און אפשר אַ... נאָר אַזוי צי אַזוי, אַ בילעט נעמען איז אַ נאַרישקייט... ס’איז אַרויסגעוואָרפן געלט! איר וועט זאָגן  י ו ש ר? וועל איך אייך פרעגן אויף צוריק: וואו איז ביי  ז י י  יושר? אָט פאָרן מיר שוין די דריטע סטאַנציע און מיר האָבן נאָך אַלץ נישט וואו צו זיצן! צונויפגעשטיקט ווי גענדז... קאַרג זיינען זיי געווען צוטשעפּענען נאָך אַ וואַגאָן צי טאַקע נאָך צוויי... און גלאַט - וועמענס כוחות איז צו באַצאָלן פאַר אַ גאַנצן בילעט? מילא, איר פאָרט איינמאָל אין אַ שמיטה, קענט איר זיך פאַרגינען צו קויפן אַ בילעט. אָבער איך, פאַרשטייט איר מיך, בין אַ איד אַ קרעמער, פאָר אַכט מאָל אַ יאָר נאָך סחורה, און מיר וואָלט מיין גאַנצע קראָם נישט אויסגעטראָגן, ווען איך זאָל קויפן יעדעס מאָל אַ בילעט. אַז איך פאָר מיטן “קאָנדוקטאָר”, מאַך איך אויך נישט קיין גרויסע גליקן. אַמאָל טרעפט זיך, איך פאָר נאָך אַ פעסל הערינג, למשל. ווען איך זאָל נעמען אַ בילעט, וועל איך שוין מוזן אַרויפציען אויף יעדן הערינג אַ גראָשן, און אַז איר וואָלט געקענט אונדזערע קונים, וואָלט איר פאַרשטאַנען, ווי אַזוי דאָס איז גוט: אונדזערע קונים וועלן אייך אַ יאָר נישט פאַרזוכן קיין שטיקל הערינג און וועלן אָפּקומען מיט אַ ציבעלע, אַבי דער קרעמער זאָל נישט אויספירן. אַזוינע מינים קונים זיינען דאָ אין שטעטל!

פאָר איך מיר שטענדיק אָן אַ בילעט. און הלוואי ווייטער! אמת, די ערשטע צייט פלעגט מיר דאָס האַרץ קלאַפּן ווי ביי אַ גזלן, ווען איך פלעג אַריינגיין אין וואַגאָן אָן אַ בילעט. אַ קלייניקייט, מען שפּילט זיך דאָ מיט מלכות! צוריקגערעדט, קומט על=פּי געזעץ דערפאַר נישט קיין גרויסער פּסק. על פּי געזעץ דאַרפן “זיי” נאָר אַראָפּוואַרפן ביי אַ סטאַנציע און דאָרטן פרעגט דער נאַטשאַלניק=סטאַנציע אַ פּאַס, דעם נאָמען און מאַכט אַ באַשולדיקונג. אַמאָל, אַז דו פאַרגעסט דעם פּאַס אין דער היים, צי דו האָסט גאָר קיין פּאַס נישט, שיקט מען דיך אָפּ מיטן עטאַפּ, ס’איז אויך נישט קיין גרויסער אומגליק... כאָטש ס’ווענדט זיך פאַר וועמען... פאַר מיר, למשל, וואָלט דאָס געווען אַ הריגה - מיין קראָם וואָלט אינגאַנצן חרוב געוואָרן. נאָר הלוואַי ווייטער. מיך האָט מען נאָך קיינמאָל נישט אַראָפּגעפירט, ווייל נאָך אַלע זאַכן בין איך פאָרזיכטיק.

אַמאָל, למשל, האָט זיך געטראָפן, אַז איך האָב נישט געהאַט קיין בילעט און ס’איז גראָד געגאַנגען אַ קאָנטראָליאָר, בין איך געפאַלן אויף אַ שכל און בין אַרונטערגעקראָכן אונטער אַ באַנק. און גלייבט מיר, אַז דאָרטן איז גאָר נישט אַזוי שלעכט - גערוימער ווי אין וואַגאָן. די גאַנצע זאַך איז, וואָס אויך אונטערן באַנק ביסטו נישט זיכער. וואָרים אַן אַנדער קאָנטראָליאָר, אַ שונא=ישראל, למשל, הייסט זוכן אונטער די בענק. דעמאָלט האָט מען גראָד נישט געזוכט, איך האָב געהאַט מזל. מען דאַרף צו אַלץ האָבן מזל...

נאָר דאָס האָט מיר נאָר איין מאָל געטראָפן און יענע נסיעה האַלט איך פאַר די בעסטע: עס האָט טאַקע נישט געקאָסט קיין גראָשן. דעם קאָנדוקטאָר גאָרנישט געגעבן... אַזוי אָבער קאָסט דער קאָנדוקטאָר. קיין סך גיב איך אים נישט - אַ צוויי גילדן! ס’איז גענוג פאַר אים. מאָלט אייך, אַז ער האָט אַזוינע ווי איך אין די צענדליקער... דאָס רוב זיינען די קאָנדוקטאָרן נישט קיין שלעכטע: גיסט אים אַוועק די צוויי גילדן - זעסטו, אַז ער איז דיינען אַ פריינט, כאָטש אַ איד - זיי האָבן יושר... מיינע קאָנדוקטאָרן - אַלץ באַקאַנטע - זיינען שוין גאָר פיינע גויים; אין גרונט גענומען, קומט דאָך דעם קאָנדוקטאָר די צוויי גילדן! פונדעסטוועגן באַדאַנקט ער. זאָגט אייך, וואָס איר ווילט, דאָס איז אַן איידלקייט פון אַ גוי... מיט מיר איז איינער פון זיי אַ גוטער ברודער און גראָד קומט מיר דאָס רוב אויס מיט אים צו פאָרן - ער ווייסט, ווי מען רופט מיר, קלאַפּט מיר שטענדיק איבער דער פּלייצע און רופט מיר: “מאַלאַדיעץ, לייבל”! ער האָט טאַקע פון מיר איבערגענומען אַ היפּשע מטבע - שוין פופצן יאָר, אַז מען פאָרט אין שטאָט אַריין נאָך סחורה אַכט מאָל אַ יאָר!

אַמאָל גיב איך אים אויסער די צוויי גילדן אַ מתנה: אַ הערינג, אַ פּאָר זויערע אוגערקעס - מען קען נישט זיין קיין חזיר... און ער איז טאַקע ווערט... נאָך אַלע זאַכן טוט ער אידן טובות. עס קאָסט פאָרט ביליקער, ס’איז דאָך נאַריש!... איין מאָל נאָר איז ער אויף מיר שיער נישט אין כעס געוואָרן... און ער איז געווען גערעכט. איך האָב זיך אָבער פאַרכאַפּט: ס’האָט מיר אַפילו געקאָסט יענע נסיעה אַ שיינע פּאָר גראָשן. און ווער איז אַלץ שולדיק? עפּעס אַ נאַרישער איד איינער! אויפן וואָקזאַל האָט ער צווישן אונדז געמאַכט אַ מהומה: באשר עס פאָרט זייער אַ בייזער קאָנטראָליאָר און מען מוז נעמען בילעטן! איך האָב אַפילו לכתחילה געלאַכט: וואָס הייסט אַ קאָנטראָליאָר? דער קאָנדוקטאָר וואָלט אַוודאי גלייך צו וויסן געגעבן, האָב איך אים אָבער בשום אופן נישט געפונען... מילא, פאַרפאַלן - מען מוז נעמען אַ בילעט - אַכט בלוטיקע גילדן! היינטיקע פּרנסות! פאַרפאַלן! גענומען אַ בילעט!

איך גיי אַריין אין וואַגאָן - ס’איז אַ מהומה. עס פאָרט, זאָגט מען, זיכער אַ קאָנטראָליאָר און יעדער וואָרנט דעם אַנדערן: אַ בילעט, למען השם, אידן, האָט בילעטן! נו, טראַכט איך מיר, אַבי איך האָב! און מיין קאָנדוקטאָר זע איך נישט! דער צוג נעמט זיך רידן. איך שטיי מיר אָנגעשפּאַרט ביים פענצטער און טראַכט פון די איבעריקע עטלעכע גילדן און עס רייסט מיר אויס אַ שטיק האַרץ; היינטיקע פּרנסות! און גלאַט מוז איך אייך זאָגן, בין איך נישט געוואוינט געווען צו פאָרן מיט אַ בילעט - גיי, היט זיך מיט אים! אַלע וויילע טאַפּ איך אים אין קעשענע, צי ליגט ער. דער קאָפּ איז פאַרדרייט, און צו אַ בילעט בין איך נישט געוואוינט - איך קען אים נאָך פאַרלירן.

  אין אַ פערטל שעה אַרום, מיר זיינען שוין אָפּגעפאָרן אַ האַלבע סטאַנציע, קומט צו דער קאָנדוקטאָר מיינער! וואו קאָנטראָליאָר, ווער קאָנטראָליאָר - אַן אויסגעטראַכטע מעשה! איך בין אַזוי צעטומלט געוואָרן, אַז איך האָב נישט געוואוסט וואָס צו טאָן. דאָ הער איך, ווי דער קאָנדוקטאָר רופט זיך אָן: נו, לייבל, וואָס שווייגסטו? היינט, וואָס טוט מען דאָ? - זאָל איך אים געבן דעם בילעט, היינט וואָס וועט ער האָבן? ער קען נאָך פאַראיבל האָבן... מילא, איר וועט פון מיר לאַכן - איך האָב אַרויסגענומען צוויי גילדן און האָב אים געגעבן. איך האָב זיך, גלייבט מיר, געשעמט צו געבן אים דעם בילעט... עס האָט פּשוט נישט געפּאַסט!...

שטענדיק פאָרסטו אָן אַ בילעט, מיטאַמאָל ווערסטו פריש און געזונט און משוגע, און גיסט אים אַ בילעט... עס פאַרשטייט זיך, עס האָט מיר געקאָסט די מעשה גענוג געזונט. איך בין פון דער דאָזיקער נסיעה בדלות געוואָרן. אַרום און אַרום האָט זי מיר געקאָסט צוועלף גילדן. נאָר טו, מאַך, איך האָב נישט געקענט מיטן קאָנדוקטאָר איינרייסן... עס האָט נישט געפּאַסט... און דער עיקר - איר וועט מיר גלייבן - איך האָב זיך פּשוט געשעמט צו געבן אים דעם בילעט...

~~~~~~

*) דער באַקאַנטער אידישער שרייבער אברהם רייזען איז געבאָרן געוואָרן אין קוידענאָוו, מינסקער גובערניע, אין 1876. ער איז געשטאָרבן אין ניו יאָרק אין 1953.

~~~~~~

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on June 29, 2007
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations