about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
דער נוסח פון "אַלגעמיינעם זשור
די רעדאַקציע
 

די רעדאַקציע פון "אַלגעמיינעם זשורנאַל" שאַצט אָפּ מיט גרויס דרך ארץ די פאַרשידענע וואַריאַנטן פון שרייבן און דרוקן אידיש איבער דער וועלט. לאָמיר זיך אַלע קאָנצענטרירן אויף דעם  ת ו כ ן,  און ניט אויפן אויסלייג, ביים לייענען און הנאה האָבן איינער פון אַנדערנס אויסגאַבעס אויף אידיש.

דערביי איז אינגאַנצן ניט קיין סתירה, אַז לפּחות אין אַוועלכער ניט איינציקער פּובליקאַציע, זאָל אָפּגעהיט ווערן אַן אַלגעמיינער אויסגעהאַלטענער אויסלייג וואָס שייך די הויפּט=פראַגן, און אַוודאי ביי פראַגן וואו פאַרשידענע אויסלייגן פון אַן איינציקן וואָרט ברענגען נאָר מישמאַש און קאָפּדרייעניש, להיפּוך צו אונטערשיידן וואָס באַרייכערן, למשל מיטן אויפהיטן דעם מחברס אייגנאַרטיקן סטיל אָדער היימישן אידישן דיאַלעקט.

די געשיכטע האָט געפירט צו דעם, אַז דער "אַלגעמיינער זשורנאַל" זאָל שוין פון סאַמע אָנהייב שטרעבן צו אַ "שביל הזהב" צווישן אַנדערע סטילן וואָס זיינען אַמווייטסן איינער פונעם אַנדערן. ס'איז גראַדע זייער צוגעפּאַסט, ווייל אונדזער לאַנגיאָריקער שעף=רעדאַקטאָר גרשון יעקבסאָן ז"ל האָט געגרינדעט די צייטונג מיט העכער פינף און דרייסיק יאָר צוריק, מיט דער בפירושדיקער כוונה עס אויסצובויען ווי אַן אכסניא פאַר שרייבער און לייענער פון די  אַ ל ע  פאַרשידענע קרייזן וואָס באַנוצן זיך מיט אידיש.

די איצטיקע פאַרעפנטלעכונג פונעם "נוסח פון אַלגעמיינעם זשורנאַל איז אויסן קומען צו הילף די אַלע וואָס שרייבן אַרטיקלען און בריוו פאַרן "אַלגעמיינעם זשורנאַל" און אויך — אַזוי פאַרהאָפן מיר — צו זיין ניצלעך פאַר אַנדערע איבער דער וועלט, דער עיקר אויפן  א י נ ט ע ר נ ע ט,  וואָס זוכן דעם אייגענעם "שביל הזהב" אין דער היינטצייטיקער אידישער שפּראַך.

 

*  *  *

א) נקודות:

נוצן (אויפן ריכטיקן אָרט) בלויז דריי נקודות: "אָ" (קמץ=אלף), "אַ" (פּתח=אלף), און "פּ" (אַ דגש אין "פּ"): איך פאָר אין וואַשינגטאָן; פאַר דעם (= פאַרן) סוף; אַ פּאָר מענטשן.

 

ב) ניט באַנוצן דעם שטומען "ע":

ביסל, גאַסן, האַלטן, ווייזן, זאָגן, טראַכטן, לאָזן, נעכטן, עפּל, שיסל, שיקן, שמועסן.

הערה א: עס קומט יאָ דער "ע" נאָך די אותיות "מ", "נ", "נג" און "נק": קומען, מאָנען, לונגען, טרינקען (נאָך "נג" און "נק" איז אָבער ניטאָ קיין "ע" ביי אַדיעקטיוון וואָס ווערן דעקלינירט, למשל: "פון אַ לאַנגן וועג").

הערה ב:  ביי ווערבן וואו דער "ע" איז טייל פון שורש, און הערט זיך אין ערשטער פּערזאָן (גוף ראשון), למשל: "איך מוטשע זיך" (פאַר קיינעם ניט געדאַכט), ווערט גענוצט דער "ע": לאָמיר זיך ניט מוטשען.

 

ג) מ'שרייבט:

איד, אידיש, אידישקייט, אידישלעך, אינגל.

אונדז, אונדזער, אונדזערע, האַלדז.

בענטשן, ווינטשן, מענטשן, ענטפערן.

ביליק, וויכטיק, טיכטיק, ליכטיק, ציכטיק.

ברעקלעך, מעגלעך, נאַטירלעך, ניסעלעך, קינדערלעך, רעקלעך, שווערלעך, שרעקלעך.

 

ד) דער "מחיצה=אלף" קומט בכדי פונאַנדערצוטיילן דריי נאָכאַנאַנדיקע וואָוון אָדער דריי נאָכאַנאַנדיקע יודן:

וואו, וואוהין, באַוואונדערן, וואונדער, וואוקס, פּרואוון.

וואויל, וואוינען.

עסייאיסט, פּאַרטייאיש, שנייאיק.

דער מחיצה=אלף קומט אויך אויף פונאַנדערצוטיילן צוויי באַזונדערע זילבן:

אַרכעאיש, באַמיאונג, באַציאונג, גליאיק, דערציאונג, העברעאיש, פריאיק, רואיק.

 

ה) ניטאָ קיין אַפּאָסטראָפן (שטריכעלעך) אין אַזעלכע פאַלן ווי:

אויפן, איבערן, אונטערן, אינעם, אָנעם, ביזן, נאָכן, פאַרן, צוליבן, וכו';

גנבענען, חודשלעך, חוצפּהניק, יום=טובדיק, רוחניותדיק, שורהלעך, תמעוואַטע, וכו';

דעם טאַטנס עצות, דעם רעדאַקטאָרס בקשות, משהס בריוו,  רחלס פראַגע, שמעונס ענטפער, וכו'.

דעם אַפּאָסטראָף קען מען אָבער אָפּהיטן אין די ווערטער: רבי'נס און רבי'ן; אויך ביים פּאָסעסיוו און ביי דעקלינאַציעס פון פרעמד=קלינגענדיקע נעמען, ווי: "ביים סענאַטאָר אָבאַמאַ'ן"; "סענאַטאָר אָבאַמאַ'ס רעדע".

 

דעם אַפּאָסטראָף (שטריכעלע) נוצט מען אָבער יאָ אומעטום וואו ס'איז דאָ אַ פאַרקירצונג (אַברעוויאַציע) אָנהייב וואָרט, למשל:

מ'איז, מ'גייט, מ'וואַרט, מ'זאָגט, מ'טראַכט, מ'קומט; ס'איז דאָ און ס'וועט זיין.

 

ו) מ'שרייבט צוזאַמען (ווי איין וואָרט): אַהיים (קומען אַהיים), אויפסניי, (איינס, צוויי, דריי) אַזייגער, איבעראַיאָר, איבעראַכטאָג, איבערהויפּט, אינאיינעם, אינגאַנצן, אינדערפרי, אינדרויסן, אינמיטן, אַלעמאָל, אַמאָל, אַשטייגער, בייטאָג, ביינאַכט, מיטאַמאָל, נאָכאַמאָל, נאָכאַנאַנד, פאַראַכטאָגן, פאַרוואָס, פונדעסטוועגן, צופיל, קיינמאָל, וכו'.

 

ז) ביי אַנדערע ווערטער ווערט ניט אַריינגעשטעלט קיין "שטומער הא"; דער "שטומער הא" קען אָבער יאָ באַנוצט ווערן אינעם וואָרט שוהל (וואו מ'דאַוונט), בכדי אונטערצושיידן פון אַ שול (וואו עס לערנען זיך סטודענטן, שילער).

 

ח) אַז עס האַנדלט זיך אין אידישע דיאַלעקטן, זיינען אין פּרינציפּ אַלע דיאַלעקטן פּונקט אַזוי גלייכבאַרעכטיקט און ריכטיק איינער ווי דער צווייטער. אַז אַ שרייבער וויל קאָנסעקווענט אויפהיטן דעם היימישן דיאַלעקט איז עס ניט נאָר מותר, ס'איז למהדרין. למשל, מ'קען שרייבן אויפן סטיל פון "דרום" (אַזוי ווי ביי אונגאַרישע, פּוילישע, גאַליצישע, אוקראַינישע א.א.): זענען, איר זענט, געבוירן, געשריגן, רעדן וכו', אָדער אויפן סטיל פון "צפון" (ווי ביי ליטווישע און ווייסרוסישע): זיינען, איר זייט, געבאָרן, געשריען, ריידן וכו'. מ'קען שרייבן ניט אָדער נישט. דאָ איז אַ פראַגע פון דיאַלעקט און סטיל, ניט פון אויסלייג, און אַלע אידישע דיאַלעקטן זיינען ריין און שיין.

— די רעדאַקציע.

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on September 19, 2007
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations