י. י. זינגער כאַפּט אַ שמועס מיט אידן בעל=עגלות אין זשיראַרדאָוו, פּוילן. פאָטאָגראַפירט פון מנחם קיפּניס, 1926 (בילד פון י. י. זינגער,
@ פון י. י. זינגער *
אויב די באָבע איז געווען אַ גאַנצע וואָך פאַרנומען אין קיך מיט איר היפּש הויז=געזינד און מיט גאַנץ קהל, איז זי נאָך מער באַשעפטיקט געווען ערב=שבתים און ימים טובים.
ערב=שבת האָט זיך ביי דער באָבען נישט אָנגעהויבן פרייטיק, נאָר מיט אַ טאָג פריער, דאָנערשטיק נאָכמיטאָג. גלייך נאָך וואַרעמס, האָט עטל=נעכע, די אייביקע דינסט, אַריינגעשלעפּט אין קיך די צוויי זעק מעל, וואָס זיינען תמיד געשטאַנען גרייט אין הויז, און איינגעשאָטן צוויי גרויסע מולטערס מיט מעל, איינע אויף באַקן חלות און קיכלעך און די צווייטע אויף באַקן ברויט אויף אַ גאַנצער וואָך. די באָבע האָט גענומען דאָס מעל אין דער האַנט, געריבן עס צווישן די פינגער, געשמעקט דערצו, פאַרזוכט עס, און געהאַט די שטענדיקע טענה, אַז דער מעל=הענדלער נאַרט זי, אַז דאָס מעל זיינס איז נישט אַזוי שיין און זיס און גוט, ווי מעל פלעגט אַמאָל זיין. אַז זי איז פאַרטיק געוואָרן דערמיט, האָט זי אָפּגעשאַצט דאָס מעל אין די מולטערס, געקומען צום באַשלוס, אַז מען נוצט צופיל מעל אַ וואָך און, כדי איינצושפּאָרן אין דער הוצאה, האָט זי אָנגענומען אַ האַנט מעל און אַריינגעשיט עס צוריק אין זאַק אַריין מיט אַזאַ ענערגיע, ווי זי וואָלט דערמיט איינגעשפּאָרט אַ פאַרמעגן. דערנאָך האָט זי צוריק אַרויסגענומען אַ האַלבע האַנט מעל פון זאַק, צוריקגעשאָטן עס אין דער מולטער אַריין און אַ זאָג געטאָן:
- נו, מילא, מוחל, נו, זאָל זיין לכבוד שבת...
עטל=נעכע האָט פאַרקאַשערט די אַרבל און גענומען גיסן וואַסער אין מעל אַריין. די באָבע האָט איר געהאָלפן ראָשטשינען און תפילה זאָגן, אַז דאָס געבעקס זאָל געראָטן.
אַ גאַנצן דאָנערשטיק ביינאַכט איז די קיך געווען פול מיט טייג, ריחות פון הייוון. דער באַק=אויוון האָט געפלאַקערט. עטל=נעכע האָט געאַרבעט מעשים מיט די קאָטשערעס און לאָפּעטעס. די באָבע האָט איר צוגעהאָלפן. עס איז גאָרנישט געווען קיין שיעור צו די פילע ברויטן, חלות, פּלעצלעך, מאָן=קיכלעך, קאָמיס=ברויטלעך, אייער=קיכלעך און אַלערליי אַנדערע געבעקסן, וואָס מען האָט אָנגעבאַקן אין דער באָבעס שטוב. די באָבע פלעגט גיין שלאָפן אינמיטן דער נאַכט. פאַרטאָג איז זי שוין פונדעסטוועגן אויפגעשטאַנען, געגאַנגען אין ווייבער=שוהל דאַווענען, און צוריקקומענדיק, האָט זי גענומען צוגרייטן די פרייטיקדיקע סעודה פון געדישעכץ און הייסע בילקעס. אָט דאָס מאכל איז אָפּגעהיטן געוואָרן יעדן פרייטיק ווי אַ געזעץ. און עס איז געווען אַ קלוג געזעץ. וואָרים סיי דאָס איינגעדעמפּטע פלייש און סיי די פרישע בילקעס זיינען געווען טעם גן=עדן. אַוודאי האָב איך אויך געוואָלט אַ שטיקל פון "וויסקראָבעק" - אַ בילקע, וואָס איז געמאַכט געוואָרן פון לעצטן טייג, וואָס מען קראַצט אויס פון דער מולטער, און וואָס האָט אין מיינע אויגן געהאַט דעם זיבעטן חן. אָבער די באָבע האָט מיר דעם "וויסקראָבעק" נישט געוואָלט געבן, ווייל ער האָט געהערט צו חיים וואַסערטרעגער, וואָס פלעגט יעדן טאָג אין דער וואָך אָנפילן מיט וואַסער דאָס גרויסע פאַס אין פאָדער=הויז. אָט דער חיים וואַסערטרעגער איז געווען אַ איד אַ תם, וואָס האָט אַ גאַנצע וואָך פון פאַרטאָג ביז שפּעט אין אָוונט געטראָגן וואַסער פאַר באַלעבאָסטעס, אָבער ער האָט קיינמאָל ניט געוואוסט וויפיל עמערס וואַסער ער האָט געטראָגן און וויפיל עס קומט אים פאַר דער וואָך.
- חיים, וויפיל פעסער וואַסער האָסטו אָנגעגאָסן די וואָך? - האָט די באָבע אים געפרעגט, געבנדיק אים אַ מתנה דעם וויסקראָבעק.
- כ'ווייס ניט, רביצין, - האָט דער איד געזאָגט, באַהאַלטנדיק די בילקע אין בוזעם.
די באָבע האָט געפרעגט ביי דעם וואַסערטרעגערס ווייב אָבער זי, אַ נישט=גרעסערע חכמה פון איר מאַן, האָט אויך נישט געוואוסט.
די באָבע האָט געמוסרט דער חיים'עכע:
- סטייטש, ווי גיט דאָס נישט אַ ווייב אַכטונג אויף איר מאַנס פאַרדינסט? מען קען דאָך אים אָפּנאַרן!
- וואָסי, זיינע פּלייצעס קאָסטן מיך דען געלט, - האָט די אידענע געענטפערט מיט אַ נאַריש געלעכטער. - אַלצאיינס טראָגט ער, זאָל ער שוין אָנטראָגן נאָך אַ פּאָר פעסער...
כאָטש איך האָב דעם תמעוואַטן איד ליב געהאַט פאַר זיין אייביקן שמייכלען, האָב איך אים אָבער נישט געקענט מוחל זיין דאָס, וואָס ער האָט ביי מיר צוגערויבט דעם "ווישקראָבעק" יעדן פרייטיק. אַ באַלוינונג דערפאַר זיינען געווען די קאָמיס=ברויטלעך, וואָס די באָבע האָט מיר געגעבן פאַר אַ צובייס נאָכן געדישעכץ. גלייך נאָכן געשמאַקן אָנבייסן, האָט די באָבע גענומען רוימען די שטוב לכבוד שבת. קודם=כל איז געווען אַ וועלט מיט זילבער אין דער באָבעס אַלמער, זילבערנע לייכטער און גאָפּל און לעפל און זאַלץ=מעסטלעך און בשמים=ביקסלעך. דאָס אַלץ איז געשייערט און געפּוצט געוואָרן. עטל=נעכע האָט געוואַשן די טישן און בענק, געפּוצט, גערייניקט, יעדעס מאָל אויפסניי האָט מען געמוזט פירן מלחמה מיט דער קאַץ וואָס האָט געהאַט אַ טבע צו זיצן אויף אַ שטול לעבן זיידנס כסא=רבנות אין בית=דין שטוב. די קאַץ האָט ביי קיין שום אופן נישט געוואָלט אָפּטרעטן פון זיידנס שטוב. די באָבע האָט געוואָלט האַלטן די קאַץ אין קיך. ווייל, ערשטנס, האָט זי זי געוואָלט האָבן פאַר אַ שומר פאַר די מייז; צווייטנס, דאַרף אַ קאַץ בכלל נישט זיין אין קיין בית=דין שטוב, נאָר אין אַ קיך. אָבער די קאַץ האָט ביי קיין פאַל נישט געוואָלט פאַרלאָזן די בית=דין שטוב. אַ מאָדנע קאַץ געווען. דאַכט זיך, אַז די קיך האָט איר געדאַרפט בעסער שמעקן, וואָרים דאָרט איז געווען אַן אייביקע מחיה פון הינערשע קישקעלעך, פון פלייש און מילך און פעטס און אַלערליי אַנדערע גוטע זאַכן. אין דער בית=דין שטוב איז געווען בלויז ספרים און תורה און דין=תורהס, אַלץ זאַכן, אין וועלכע אַ קאַץ דאַרף, לויטן שכל הישר, קיין גרויס אינטערעס נישט האָבן. אָבער זי האָט ביי קיין פאַל נישט געוואָלט אַריינשמעקן אין דער קיך, נאָר געזעסן לעבן זיידן, געדרימלט אויף אַ שטול און צוגעהערט זיך תורה און אידישקייט.
- נישט אַנדערש, נאָר אין דער קאַץ איז אַ גלגול אַריין, - האָט די באָבע געטענהט און מיטן עלנבויגן געטריבן די איינגעשפּאַרטע קאַץ פון דער שטול, וועלכע מען האָט געדאַרפט אָפּוואַשן לכבוד שבת.
די באָבע האָט נאָך געהאַט אַ באַזונדערן ווידערגעפיל צו דער קאַץ, ווייל דער זיידע האָט מער צערטלעכקייט אַרויסגעוויזן דער קאַץ, ווי איר, זיין ווייב, להבדיל. דער זיידע האָט די קאַץ, אמת, נישט אָנגערירט, ווייל עס איז נישט אַ גלייכע זאַך פאַר אַ איד אָנצורירן אַ באַשעפעניש, אָבער ער האָט זי געלאָזט זיצן לעבן זיין שטול און נישט געלאָזט קיינעם אַוועקטרייבן זי. דאַקעגן האָט די באָבע קיינמאָל נישט געהאַט די זכיה צו זיצן לעבן זיידנס טיש, אַחוץ איין מאָל אַ יאָר ביים סדר. אין די איבעריקע טעג פון יאָר, נישט אין דער וואָכן, נישט אַפילו אום שבת און יום=טוב, פלעגט די באָבע זיצן ביי דער סעודה צוזאַמען מיטן זיידן. בלויז צו קידוש פלעגט זי אַריינקומען אין זיידנס שטוב, צוזאַמען מיט די טעכטער און אייניקלעך.
איך האָב די שבתים און ערב=שבתים אין בילגאָריי זייער ליב געהאַט. אין אָט דער פרומער אַלט=אידישער שטאָט האָט זיך דער הייליקער טאָג געפילט פון פרייטיק פרי אָן. אויפן מאַרק האָבן מאַרק=זיצערקעס פריילעך אויסגערופן זייערע פיש, גרינס און פרוכט. דער בעדער האָט געפּויקט, אַ סימן, אַז אידן זאָלן זיך צואיילן מיט גיין אין מרחץ אַריין. די באַלעבאַטים פלעגן פאַרבייגיין דעם זיידנס הויז, יעדער מיט זיין פּעקל וועש. אָרעמע אידן פלעגן גלייך פון שוויץ=באָד פאַרהאַלטן זיך לעבן יחיאל לערערס קרעמל און אויסשמירן זיך די שטיוול מיט טראָן לכבוד שבת. פון אָט דעם טראָן פלעגן די כאָליעוועס ווערן בלוי. ווייבער און מיידלעך האָבן זיך געאיילט, געיאָגט מיטן אַריינפירן דעם שבת אין הויז. אַ שטיקל פאַר ליכטצינדן האָט שוין דער שמש זיך באַוויזן מיט זיין הילצערנעם האַמער, מיט וועלכן ער האָט אָנגעקלאַפּט אין אידישע הייזער, רופנדיק מיט אַ ניגון:
- אידן, ווייבער, צייט באַלד ליכט צו צינדן...
אָט דער האַמער פלעגט אָנוואַרפן אַ מורא אויף באַלעבאָסטעס.
פריער ווי אין אַלע אַנדערע הייזער איז דער שבת אַריינגעפירט געוואָרן אין זיידנס הויז. די באָבע האָט זיך אָנגעטאָן אין אַ זיידן קלייד, וואָס האָט שימערירט מיט אַלע קאָלירן. אָט איז עס געווען געל, באַלד גרין, באַלד בלוי, באַלד ווידער געל און אַזוי ווייטער און ווייטער. זי האָט אויך אויסגעטאָן דאָס וואָכעדיקע טיכל און אָנגעטאָן אַן אַטלאַסענע קאָפּקע, וואָס איז געווען באַדעקט מיט אַ גאַנצן גאָרטן פון קאַרשן, וויינפּערלעך, וויינטרויבן און אַלערליי אַנדערע פּירות, פאַרפּוצט מיט קאָלירטע סטענגעלעך און שלייפעלעך. פון אירע אויערן האָבן זיך געבאָמבלט לאַנגע אויערינגלעך, אויסגעזעצטע מיט דימאַנטן. זי האָט אויך אָנגעטאָן אויפן האַלדז עטלעכע שנירלעך פּערל, וואָס מען האָט געזאָגט, אַז זיי זיינען ווערט אַ פאַרמעגן, אַחוץ אַלערליי שפּילקעס און בראַסלעטן און אַנדערע צירונג, וואָס זי האָט געהאַט פון איר חתונה. זי האָט אָנגעשטעלט אַ סך זילבערנע לייכטער מיט ליכט, וועלכע זי האָט געבענטשט מיט אָן אַ שיעור ברכות און תחינות.
דער זיידע איז צוריקגעקומען פון מרחץ אַ פאַררויטלטער, אַן אויסגעצוואָגענער, מיט פּיאות, וואָס זיינען געווען טאָפּלט לאַנג פון וואַסער. זיין ווייס העמד האָט געהאַט ברייטע אַרבל און דער ברייטער קאָלנער האָט זיך נישט פאַרקנעפּלט, נאָר געווען פאַרבונדן מיט בענדלעך. זיינע זאָקן ביז די קני זיינען געווען אַזוי ווייס, ווי דאָס העמד, באַזונדערס ווייס אַרום דער שוואַרצקייט פון דער שבתדיקער אַטלעסענער קאַפּאָטע און שטריימל.
- שבת, שבת! - האָט ער געהאַלטן אין איין צו=יאָגן אין שטוב און געאיילט זיך אין שוהל אַריין.
די אַלטע שוהל, אונטערגעהאַלטן מיט זיילן, באַהאַנגען מיט מעשענע הענגלייכטער און העסעס, איז געווען העל פון די פיל ליכט. אַרום די אָפענע פענצטער אינדערהייך האָבן פייגעלעך געפלאַטערט און געזונגען. די צוועלף אויסגעמאָלטע מזלות, מיט אַ בלימל אָנשטאָט אַ מיידל אויף מזל=בתולה, האָבן פייערלעך אַראָפּגעקוקט פון די ווענט, ווי די לייבן פון איבער דעם ארון קודש. קאָפּל חזן, אַ צעוואַקסענער איד, וואָס אַ גאַנצע וואָך האָט ער געמאַכט שטריק, האָט, צוזאַמען מיט זיינע בחורים די משוררים, הויך מקבל שבת געווען. יעדער וואָרט זיינס האָט זיך אָפּגעשלאָגן מיט אַ סך ווידער=קולות אין די ווענט פון דער אַלטער שוהל. דער געפּאַקטער עולם האָט אונטערגעכאַפּט זיינע ווערטער מיט אַ ראַשיקייט פון ביימער אין וואַלד בעת אַ שטורעם. איך ווייס נישט ווי ווייט מנגן עס איז געווען דער צעוואַקסענער איד ר' קאָפּל, וואָס האָט אַ גאַנצע וואָך געמאַכט שטריק אָבער איך געדענק נאָך ביז היינט דאָס זיסע ווידער=קאָל פון זיין "לכו נרננה".
"אַרבעים שנה אקוט בדור ואומר עם תועי לבב הם והם לא ידעו דרכי", האָט פייערלעך געדאַוונט ר' קאָפּל, און אַלע אידן, אויסגעוואַשענע, אויסגעצוואָגענע, צעפלאַמטע פון שבת, האָבן אונטערגעכאַפּט דעם "שירו לה' שיר חדש" מיט אַזאַ ברען, אַז די ווענט און די זיילן און די מעשענע הענגלייכטער און די אויסגעמאָלענע מזלות און די לייבן אויפן ארון קודש האָבן געציטערט פון גערויש. העכער פון אַלע האָט געדאַוונט מיין זיידע. כאָטש אַ מתנגד און אַ שווייגער, איז דער איד אַריין אין אַ געוואַלדיקער התלהבות ביים דאַווענען, באַזונדערס פרייטיק=צו=נאַכטס. ער האָט געדאַוונט מיט ברען, מיט הנאה, ווי אַ שטיק געזונט וואָלט אים צוגעקומען פון די תפילות, פון דער שוהל, פון דער פרומער עדה דאַוונענדיקע אידן, וועמענס פּאַסטעך ער איז געווען. די שוהל=באַלעבאַטים, מערסטנס אָרעמע אידן, בעל=מלאכות, ווייל די נגידים און חסידים האָבן מערסטנס געדאַוונט אין זייערע חסידים=שטיבלעך, האָבן געקוקט מיט שטאָלץ אויף זייער רב, וואָס גייט קיינמאָל נישט דאַוונען ערגיץ אַנדערש, נאָר דאַוונט נוסח אשכנז אין שוהל, אין זייער שוהל, און זיך נאָך פרימער צעלאָזט אין זייערע פרייטיק=צו=נאַכטיקע תפילות, לויבנדיק גאָט פאַר דעם הייליקן טאָג שבת, מיט וועלכן ער האָט מזכה געווען זיין פאָלק ישראל. נאָכן דאַוונען האָט קאָפּל חזן געמאַכט קידוש אופן באַלעמער פאַר גאַנץ קהל און שמואל שמש האָט געגעבן די אינגלעך צו טרינקען וויין פון גרויסן זילבערנעם קידוש=בעכער. די אינגלעך האָבן זיך שיער נישט צעריסן ביים כאַפּן אַ ביסל וויין פון קידוש. פאַרשטייט זיך, אַז איך בין געווען ביי דעם זיידנס שמש דער ערשטער צו פאַרזוכן פון בעכער. נאָכדעם איז דער זיידע דורכגעגאַנגען די שוהל און אַלע אידן האָבן אים מיט שמחה אַנטקעגנגעטראָגן דעם גוט=שבת.
אין בית=דין שטוב איז שוין דער טיש געווען געגרייט. די פיל ליכט אין די זילבערנע לייכטער האָבן געפינקלט. דער בליץ=לאָמפּ האָט העל באַלויכטן די געלע בלעטער אויף די אויסטאַפּעצירטע ווענט. דער וויין אין דעם גלעזערנעם קאַראַפין, די טישטעכלעך אויף די חלות, די זילבערנע לעפל און מעסערס, די בעכערס און בעכערלעך, אַלץ האָט געפינקלט אין די שבתדיקע ליכט. פינקלענדיקער פון אַלץ זיינען געווען דער באָבעס אויערינגלעך און שפּילקעס און פּערל און אַלע אַנדערע צירונג, וואָס האָבן געבליצט מיט אַלע פייערן און קאָלירן. דער זיידע האָט געמאַכט קידוש און געבעטן צו טרינקען פון בעכער דער באָבען און אַלע איבעריקע ווייבער פון שטוב, ביז עטל דער דינסט. דערנאָך האָב איך אים צוגעטראָגן די שווערע קופּערנע שעפּ צו וואַשן די הענט. פאַר דער צייט צווישן קידוש און מאַכן המוציא, האָט די באָבע דורכגעפירט אַ שטילע פּאַנטאָמינע. קוקנדיק אויף די געפלאָכטענע קוילעטשן, האָט זי געוואונקען צו די ווייבער אַרום און מיט אַלע אברים אַרויסגעוויזן איר שמחה, ווען די חלות זיינען געראָטן, און איר צער, ווען די חלות זיינען נישט געראָטן. איך האָב קיינמאָל נישט פאַרשטאַנען דער באָבעס עגמת=נפש איבער די נישט=געראָטענע חלות. פאַרקערט, איך האָב גאָר געפילט אַ באַזונדערן טעם אין שווערע נישט=געראָטענע חלות. אָבער די באָבע האָט זיך דערפון שטאַרק דאָס האַרץ אָפּגעגעסן. צום גליק, האָט דאָס געטראָפן זעלטן, און די באָבע האָט געקוואָלן פון די געראָטענע קוילעטשן. ווי נאָר דער זיידע האָט געמאַכט די ברכה איבער דעם גרויסן קוילעטש און איינגעטיילט מוציאס דער באָבען און די איבעריקע ווייבער ביז עטל=נעכען דער דינסט, - אַזוי האָבן אַלע ווייבער געמוזט פאַרלאָזן דעם זיידנס שטוב און אַריינגיין עסן אין קיך. זיי האָבן בלויז אַריינגעטראָגן עסן פאַרן זיידן, מיר, מיין געשוועסטערקינד עליע און פאַר די איבעריקע אורחים, וואָס דער זיידע פלעגט כמעט תמיד האָבן ביי זיין טיש. אָט טאַקע צוליב די אורחים האָבן די ווייבער נישט געטאָרט זיצן ביים טיש. דער זיידע האָט שטאַרק אָפּגעהיט, אַז פרעמדע מאַנסבילן זאָלן זיך נישט געפינען ביי איין טיש צוזאַמען מיט פרעמדע ווייבער. די באָבע איז געווען אויסער זיך פון פאַרדרוס, וואָס צוליב בעטלער דאַרף זי און אירע טעכטער און אייניקלעך עסן אין קיך, ווי אַ דינסט. עס האָט איר שוין נישט אַזוי פאַרדראָסן ווען דער זיידע האָט געהאַט בכבודיקע אורחים, ווי אַ מחבר, אַ ישיבה=בחור, אַ מגיד אָדער אַ ירושלמי, ווייל זי האָט פאַרשטאַנען, אַז צוליב אַזעלכע לייט מעגן נקבות אַוועקגיין פון טיש צוליב פּראָסטע קבצנים, הייזער=גייער, וואָס דער זיידע פלעגט אָפט מיטברענגען פון שוהל.
דער זיידע האָט געהאַט אַ טבע אויסצוזוכן די געמיינסטע צווישן די בעטלער, די ערגסטע פאַרזעענישן און קאַליקעס, וואָס קיין באַלעבאָס האָט נישט געהאַט קיין חשק אַהיימצונעמען, כדי נישט צו פאַרשטערן ווייב און קינדער דעם שבת. די באָבע האָט נישט געקענט קוקן ווי אָט די שמוציקע צעקאָלטנטע הייזער=גייער זעצן זיך אַוועק ביים קלאָרן טישטעך, נוצן די זילבערנע לעפל און מעסער, טרינקען פון די זילבערנע בעכערלעך.
- כ'זאָל נישט זינדיקן מיט די רייד, - האָט זי געמורמלט אין קיך, - דאָס גאַנצע הקדש האָב איך אין שטוב...
דער זיידע האָט נישט געלאָזט פאַלן קיין קרום וואָרט אויף די קבצנים זיינע.
- עסט, אידן, - האָט ער זיי אונטערגעגעבן חשק, - לאָזט זיך נישט בעטן.
די קבצנים האָבן אַפילו נישט אין זינען געהאַט זיך צו לאָזן בעטן. זיי האָבן געריבן מיט אַזאַ בהלה, ווי אויסגעהונגערטע פערד ביי אַ קאַרעטע מיט האָבער. זיי האָבן געפּאַטשט מיט די ליפּן, געריבן מיט די ציין, געכליעפּטשעט ביים טרינקען. אין אַלץ האָבן זיי געטונקען די מוציאס חלה: אין דער פיש=יויך, אין דער הינער=יויך, אין וויין, אין כריין, אין דער פלוימען=יויך. זיי האָבן אָפּגערוימט אַלע קוילעטשן פון טיש, אויסגענייגט די טעלערס, אויפגעשאַרט די ברעקלעך פון טישטעך און פון די אייגענע בערד. מיר פלעגט שלאָגן צו דער גאַל פון זייערע שמוציקע הענט, מיט וועלכע זיי האָבן אָנגענומען די קוילעטשן, פון זייערע רויטע אויגן און שמאַטענע מלבושים און פאַרשימלטע ריחות. עס פלעגן מיר נישט באַקומען דער באָבעס געשמאַקע פיש, יויכן און הינער און צימעסן. איבערהויפּט פלעגט מיר פאַרגיין דער אַפּעטיט, ווען טייל פון די אורחים פלעגן נישט נוצן די מעסערס פון טיש, נאָר זייערע אייגענע בעטלערישע קנייפּערלעך, שמוציקע און פאַרראָסטענע, מיט וועלכע זיי האָבן געריסן שטיקער פון די קוילעטשן. אָבער דערפאַר איז מיר צוגעקומען אַ שטיק געזונט פון זייערע ווייסטע העוויות און ברומערייען און רייד און מעשיות, וואָס זיי האָבן נישט אויפגעהערט צו דערציילן זיך איינער דעם אַנדערן. די פאַנטאַסטישע מעשיות און פּאַסירונגען האָבן זיי געהאַט צו דערציילן, מעשיות פון וועגן, שטעט, באַלעבאַטים און באַלעבאָסטעס. מערסטנס האָבן זיי גערעדט וועגן די גוטע און שלעכטע שבתים, וואָס זיי האָבן אין די שטעט, אין וועלכע זיי גייען דורך אין פאַרלויף פון יאָר פון זייערע בעטלערישע מאַרשרוטן.
- תזריע=מצורע אין טורבין האָב איך אַ פעטן, - פלעגט איין בעטלער באַרימען זיך פאַרן אַנדערן. - מ'גיט מיר דאָרט פיש און פלייש און פּעטשאַ און ציבעלעס מיט שמאַלץ און אַפילו מלווה=מלכה גיט מען מיר, באָרשט מיט קאַרטאָפליעס... כ'על דיר מיין תזריע=מצורע פאַר קיין צוויי גילדן נישט אַוועקגעבן.
- מיין בחוקותי אין איזשביצע זאָל אַ פייער נעמען, - פלעגט אַ צווייטער בעטלער זיך קלאָגן. - חלה גיט מען בלויז צו דער מוציא, דערנאָך מוז מען עסן ברויט... קיין שלש=סעודות גיט מען אינגאַנצן נישט, אַ בראָך זיי אין די געדערעם...
דער זיידע האָט נישט געקענט הערן די וויסטע רייד און קללות ביים שבתדיקן טיש, אָבער נישט וועלנדיק פאַרשעמען די בעטלער, האָט ער זיי געגעבן אָנצוהערענישן, אַז זיי זאָלן אויפהערן.
- עסט, אידן, עסט, - האָט ער זיי געמונטערט, אַזוי אַז זיי זאָלן זיך אָנשטויסן, אַז זיי דאַרפן בלויז עסן און נישט רעדן.
אָבער די בעטלער האָבן זיך נישט וויסנדיק געמאַכט און געטאָן ביידע זאַכן מיטאַמאָל, געקייט און גערעדט.
די באָבע האָט יעדעס מאָל, וואָס זי האָט אַריינגעטראָגן נייע מאכלים, געכאַפּט אַ בליק אויף דעם זילבער אויפן טיש, נישט זיכער זייענדיק צי די הייזערגייער וועלן נישט עפּעס אַראָפּלאָזן אין קעשענע אַריין.
איך האָב אָנגעקוואָלן פון אָט די בעטלערישע מעשיות און געשיכטן און די מסחרים, וואָס זיי האָבן געפירט אום שבת. אין הייליקן טאָג האָבן זיי געפירט אַן אויסטויש, געמסחרט מיט צוקער, וואָס זיי פלעגן קריגן פון קאַרגע באַלעבאָסטעס, אָנשטאָט גראָשנס; פאַרקויפט זיך שמאַטעס, אַ פּאָר אַלטע כאָליעוועס און נאָך אַזעלכע אַנטיקן. דער זיידע האָט זיי געשטראָפט:
- אידן, נו=אָ, שבת!
אָבער זיי האָבן נישט געהערט און אָנגעהאַלטן זייערע בעטלערישע מסחרים. זיי האָבן אויך נישט געוואָלט אָנטרויען דעם זיידן די פּעק מיט גראָשנס, וואָס זיי האָבן געטראָגן מיט זיך אום שבת. דעם זיידן איז עס געגאַנגען אין לעבן, אַז די קבצנים זאָלן אים געבן צו באַהאַלטן זייערע געלטער איבער שבת, כדי זיי זאָלן נישט טראָגן מיט זיך קיין געלט אין הייליקן טאָג.
- אידן, איך בין, ברוך=השם, אַ בטוח, - פלעגט ער זיי פאַרזיכערן. - די גאַנצע שטאָט האַלט ביי מיר געלט, צירונג...
דאָס איז קיין באַרימעריי נישט געווען. די גאַנצע שטאָט האָט איינגעלייגט ביים זיידן אין הויז שלוש=געלטער ביי דין=תורהס, צירונג פון כלות. דאָס אַלץ איז געלעגן אין אַ גרויסן שווערן קופערט, אַ געשמידטן מיט אייזן, אַ געדעקטן מיט פעל און אַ פאַרשלאָסענעם אויף זיבן שלעסער. דער קופערט איז געשטאַנען אין זיידנס שלאָף=שטוב, אַזוי אַז ער זאָל זיין זיכער קעגן אַ גניבה. דער זיידע האָט מבטיח געווען די בעטלער, אַז אויך זיי מעגן אים אָנטרויען זייערע טאָרבעלעך מיט גראָשנס און פּרוטות ביז איבער שבת. אָבער די בעטלער האָבן נישט געוואָלט הערן דערפון.
- מיר האָבן גאָרנישט, רבי, - האָבן זיי געזאָגט פינצטערע, פאַרדעכטיקנדיקע, - מיר זאָלן אַזוי לעבן, רבי...
- נו, נו, נישט שווערן, - האָט דער זיידע זיי געבעטן. - אידן טאָרן נישט שווערן... עסט, עסט, אידן...
די אידן האָבן געפאָלגט. מער ווי פרייטיק=צו=נאַכטס האָבן זיי געאַרבעט מעשים ביים טיש שבת אינדערפרי, ווען מען האָט דערלאַנגט דעם הייסן פּעטשאַ, באַלייגט מיט חלה און צעשלאָגענע געלעכלעך פון אייער, די ציבעלע מיט שמאַלץ, די פיש, די קאַשע מיט יויך, קוגל און קישקע און צימעס און אַלערליי אַנדערע מטעמים. די בעטלערישע בערד האָבן געגלאַנצט פון פעטס.
די פרומע קאַץ, וואָס האָט זיך צוגעהערט צום זיידנס זמירות, האָט אַלעמאָל אויפגעעפנט אַן אויג, אַ וויסטן בליק געטאָן אויף די רוישיקע קבצנים, און ווידער איינגעטוליעט זיך אין איר געזעס לעבן זיידנס פאָטערשטול.
*) ישראל=יהושע זינגער איז געבאָרן געוואָרן אין בילגאָריי, פּוילן אין 1893 און געלעבט אַ לענגערע צייט אין וואַרשע. זיך באַזעצט אין ניו יאָרק אין 1933, וואו ער איז געשטאָרבן אין 1944. ער ווערט פאַררעכנט ווי אַ קלאַסישער שרייבער פון דער מאָדערנער אידישער ליטעראַטור, דער עיקר צוליב זיינע ראָמאַנען, בתוכם: "די ברידער אשכנזי", "יאָשע קאַלב", "די משפּחה קאַרנאָווסקי" א.א. דער איצטיקער קאַפּיטל זכרונות איז אַרויסגענומען געוואָרן פונעם באַנד "פון אַ וועלט וואָס איז נישטאָ מער" וואָס איז דערשינען אין ניו יאָרק אין 1946 (עטלעכע יאָר נאָכן מחברס פּטירה) ביים פאַרלאַג "מתנות". |