דערווייל קומט-פאָר די "אָקופּאַציע" בלויז אויפן פּאַפּיר. דאָס אויסערן-מיניסטעריום פון ישראל האָט דורכגעפירט אַ פּאָליטישע פאָרשטעלונג ("תסריט") פון אַן "אָקופּאַציע", צום ערשטן מאָל. עס איז געווען אַ פאָרשטעלונג, וואָס שטעלט פאָר אַ סימולאַציע פון אַ באַנייטער ישראל-אקופּאַציע פון עזה-פּאַס, סיי אַ פולע אָקופּאַציע, סיי אַ טיילווייזע, כדי צוצוגרייטן די דיפּלאָמאַטן פון דער אידישער מדינה צו אַלע עווענטואַליטעטן אויף דער דיפּלאָמאַטישער און פּאָליטישער אַרענע.
די "ראָלע" פונעם ישראל-פּרעמיער האָט געשפּילט דן מרידור. דער געוועזענער אַמבאַסאַדאָר פון ישראל אין אַמעריקע, דני איילון, האָט געשפּילט די ראָלע פון פּרעזידענט פון אַמעריקע, דזשאָרדזש דאָבעליו בוש. אויך דער פּרעזידענט פון איראַן, מאַכמוד אַכמעדזשיניאַד, דער פירער פון "כיזבאָלאַ", שייך כאַסאַן נאַסראַלאַ, און דער פּרעזידענט פון סיריע, באַשיר אַסאַד, האָבן "געשפּילט אַ ראָלע" אַלס אָננעמער פון באַשלוסן אין צייט פון דער עזה-"אָקופּאַציע" דורך ישראל...
די ראַטגעבער פון דער אויסערן-מיניסטאָרשע פון ישראל, ציפּי ליבני, האָבן געהאַט די אויפזיכט אויף די "איבונגען", וואָס האָבן פאָרגעשטעלט די געשעענישן נאָך אַזאַ מיליטערישער אַוואַנטורע פון ישראל אין עזה, וואָס דאַרף מאַכן אַ סוף צו דער "כאַמאַס"-הערשאַפט דאָרט, און גלייכצייטיק דערמיט אויך אָפּשליסן דעם פּעריאָד, וואָס ישראל האָט "פאַרבראַכט" אויסער די גרעניצן פון עזה, זינט דער "התנתקות" וואָס די רעגירונג פון אריאל שרון האָט דורכגעפירט אין אויגוסט 2005, ווען די אידישע איינוואוינער זיינען עוואַקואירט געוואָרן פון די ישובים אין גוש קטיף.
הויכראַנגיקע באַאַמטע פון אויסערן-מיניסטעריום אין ירושלים האָבן געזאָגט, אַז דער ציל פון די דיפּלאָמאַטישע "איבונגען" איז געווען, צו שאַפן ביי די ישראל-דיפּלאָמאַטן אַ געדאַנקען-גאַנג, ווי אַזוי צו אַרבעטן אין פאַל צה"ל וועט זיך געפונען געצוואונגען איינצונעמען ווידעראַמאָל דעם עזה-פּאַס און איינשטעלן דאָרט אַ מיליטערישע הערשאַפט, אָבער אַפילו אַ טייל פונעם עזה-פּאַס.
ביז עטלעכע טעג דאַרף דער גענעראַל דירעקטאָר פון אויסערן-מיניסטעריום, אהרן אַבראַמאָוויץ, איבערגעבן צו פּרעמיער אָלמערט אַ סך-הכל פון דער פאָרשטעלונג. דער איבערבליק וועט אויך איבערגעגעבן ווערן צו אויסערן-מיניסטער ציפּי ליבני, און צום פאַרטיידיקונגס-מיניסטער, אהוד ברק.
* * *
דעם שווערסטן טייל אין דער "אָקופּאַציע"-פאָרשטעלונג האָט געהאַט דן מרידור, וועלכער האָט געשפּילט די ראָלע פון פּרעמיער אהוד אָלמערט. צווישן אַנדערע, האָבן זיך באַטייליקט אין דער "אָקופּאַציע", דער געוועזענער אַמבאַסאַדאָר פון ישראל אין אייראָפּעאישן פאַראיין, עודד ערן, וועלכער האָט געשפּילט די ראָלע פון דעם פאָרשטייער פון אייראָפּעאישן פאַראיין; דער הויפּט פון אַמעריקאַנער אידישן קאָמיטעט אין ישראל, ערין לערמאַן, איז "געווען" די סעקרעטערי אָוו סטעיט פון אַמעריקע, קאָנדאָליזאַ רייס, און דוד סולטאַן, געוועזענער ישראל-אַמבאַסאַדאָר אין עגיפּטן, איז "געקרוינט" געוואָרן אַלס דער פירער פון איינעם פון די מעסיקע אַראַבישע לענדער.
די "קאָמפּליצירטע" ראָלעס אין דער פאָרשטעלונג, די ראָלעס פון אַכמעדזשיניאַד, נאַסראַלאַ און אַסאַד, זיינען "געשאָנקען" געוואָרן פאַר די דיפּלאָמאַטן אפרים קם, עמיר ווייסבראָד, און יפעל רשף. דער פּרעמיער פון דער כאַמאַס-רעגירונג אין עזה, איסמאַאיל העניאַ, איז "פאָרגעשטעלט" געוואָרן דורך בעני דגן, וועלכער פירט היינט אָן מיטן פּאַלעסטינער "דעסק" ביים צענטער פאַר פּאָליטישע פאָרשונגען אינעם אויסערן-מיניסטעריום אין ירושלים.
די גאַנצע פאָרשטעלונג איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אין דער רמת אביב געגנט פון תל-אביב, און איז אָנגעפירט געוואָרן צוזאַמען מיטן אינסטיטוט פאַר פאָרשונגען פון נאַציאָנאַלער זיכערקייט.
נמרוד ברק, דער הויפּט פון דערמאָנטן צענטער פאַר פּאָליטישע פאָרשונגען אינעם "משרד החוץ", איז געווען דער נאַראַטאָר פון דער פאָרשטעלונג. איינער פון די באַטייליקטע אין דער פאָרשטעלונג האָט געזאָגט: "פון יעדן איינעם פון די שפּילער האָט מען דערוואַרט צו רעאַגירן אויפן זעלבן אופן, ווי עס וועט רעאַגירן דער פירער וועמען ער שטעלט-פאָר... דער ציל דערפון איז, כדי די פּאָליטיקער און דיפּלאָמאַטן פון ישראל זאָל קענען אויסאַרבעטן אַ סטראַטעגיע פון דער ווירקלעכקייט ווי אַזוי די געשעענישן וועלן פאָרקומען, און אָפּצושאַצן אין פאָראויס דעם אינטערנאַציאָנאַלן דרוק, וואָס וועט אויסגעאיבט ווערן אויף ישראל, אויב איר אַרמיי וועט אַריינמאַרשירן אין עזה. עס איז קיין צווייפל נישט, אַז עס וועט זיין אַ שטאַרקער דרוק, און עס איז וויכטיק אַז מיר זאָלן זיך קענען פאַרמעסטן מיט יעדער עווענטועלער אַנטוויקלונג", האָט געזאָגט אַ הויכראַנגיקער באַאַמטער פון אויסערן-מיניסטעריום אין ירושלים. |