about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר
 

איך בין צופרידן אַז איך האָב געדאַרפט ענדערן דעם אָנהויב פון מיין היינטיקן קאָלום אין ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״. אָריגינעל האָב איך געשריבן מוצאי שבת, אַז ״ביזן זמן פון ליכט-בענטשן פאַרגאַנגענעם ערב-שבת, האָבן פאַרמיטלער און אַדוואָקאַטן פּראָבירט באַפרייען פון טורמע די חסידישע יונגעלייט פון דער חרדישער שטאָט עמנואל, וואָס זיינען אַרעסטירט געוואָרן צוליב דעם וואָס זיי האָבן איגנאָרירט דעם אורטייל פון אַ ריכטער פון העכסטן געריכט, באַקאַנט אַלס ״בית דין גבוה לצדק״ (בג״ץ) אין ירושלים. אָבער אַלע באַמיאונגען צו דערמעגלעכן אַז די יונגעלייט זאָלן קענען פאַרברענגען שבת מיט זייערע פאַמיליעס, זיינען דורכגעפאַלן. ״די יונגעלייט זיינען פאַרבליבן שוין דעם צווייטן שבת אינעם אַרעסט-הויז ׳מעשיהו׳״.
פרייטיק האָט דער ריכטער, אדמונד (עדמאָנד) לוי, אַליין אַ רעליגיעזער איד, אָפּגעזאָגט אַלע פּשרות, און די גרופּע פון דריי-און-פערציק חסידישע און ליטווישע, ווי אויך ספרדישע יונגעלייט, האָבן פאַרברענגט דעם צווייטן שבת אינעם אַרעסט הויז מעשיהו. אָבער זונטיק, איידער איך האָב פאַרענדיקט מיין קאָלום און עס געוואָלט אַריינשיקן אין דער רעדאַקציע פון דער צייטונג, איז באַקאַנט געוואָרן די נייעס, אַז עס איז דערגרייכט געוואָרן אַ פּשרה און די ״געפערלעכע״ אַרעסטאַנטן זיינען באַפרייט געוואָרן.
שוין ענדע פאָריקע וואָך בין איך אינפאָרמירט געוואָרן פון גוט-באַקאַנטע קוואַלן אין ירושלים, אַז הינטער די קוליסטן ווערן געמאַכט גרויסע באַמיאונגען אויסצואַרבעטן אַ פּשרה און געפינען אַן אויסוועג צום מיאוסן קאָנפליקט, וואָס האָט אויסגעבראָכן צווישן די חסידישע עלטערן פון דער שטאָט עמנואל און די ריכטער פון העכסטן געריכט. לויט באַריכטן וואָס איך האָב געהערט, און וועלכע זיינען שפּעטער דערשינען אין די ישראל-צייטונגען, זיינען דווקא רבנים און די כנסת-מיטגלידער פון דער ״יהדות התורה״-פראַקציע אין כנסת, שטאַרק פאַראינטערעסירט צו מאַכן אַ סוף צום קאָנפליקט. מיינער אַ פריינט, אַ וועטעראַן-שרייבער אין אַ חרדישער צייטונג, האָט מיר אויפגעקלערט די סיבה, ווייל די רבנים און פרומע כנסת-מיטגלידער האַלטן, אַז דער חסידישער און חרדישער ציבור בכלל, האָט שוין דעמאָנסטרירט זיין מאַכט, און האָט געוואונען אינעם געראַנגל קעגן דעם בג״ץ, און דערפאַר איז איצט צייט צו באַרואיקן די געמיטער, און באַזונדערס, איינצושטילן די היץ-קעפּ און אַראָפּנידערן דעם טאָן קעגן העכסטן געריכט – ״ווייל דער זיג (פון חסידישן ציבור) קען זיך נאָך אויפלאָזן ...״.
די זאַך איז אָבער, וואָס ״מעיקרא דדינא פּירכא״. צו נוצן בכלל אַזעלכע באַגריפן ווי ״זיג״ און ״פאַרדינסט״ לגבי דעם קאָנפליקט צווישן די חסידישע און חרדישע עלטערן פון עמנואל מיטן העכסטן געריכט, וואָס איז, אייגנטלעך, ווי אַ קאַמף צווישן דעם חרדישן לאַגער אין לאַנד און דער סעקולערער ישראל, איז לכתחילה, באַלד פון אָנהויב, געווען אַ נאַרישע פאַרפירעניש. ״ס׳איז קלאָר געוואָרן, אַז די מדינה ווערט געפירט דורך גדולי תורה״, האָט זונטיק דערקלערט איינער פון די באַפרייטע עלטערן. אַזעלכע נאַרישע רייד זיינען שוין לאַנג נישט געהערט געוואָרן אין ישראל. ס׳איז אַז אָך און אַז וויי צו אַזאַ ״זיג״ און צו אַזאַ ״געווינס״.
דער אמת איז, אַז קיינער פון די צדדים וואָס זיינען געווען פאַרמישט אינעם קאָנפליקט, איז נישט אַרויס דער זיגער און האָט גאָרנישט פאַרדינט פונעם געראַנגל. באַלד פון אָנהויב איז עס געווען אַ פאַל, אָדער ווי מ׳רופט עס אויף דער יורידישער שפּראַך אין ענגליש, אַ ״קעיס״, פון וועלכן קיין שום צד האָט נישט געקענט אַרויסקומען דער זיגער. יתר על כן, נאָך מער: ס׳איז אַ פּלאָנטער און צוזאַמענשטויס צווישן פאַקטאָרן און אינטערעסן, וואָס יעדער פון זיי קען בלויז פאַרלירן אין אַזאַ קאַמף.
קודם-כל, דער גרעסטער פאַרלירער פון אַזאַ אומזיסטיקן אינערלעכן קאַמף איז די מדינה אַליין, וואָס געפינט זיך היינט-צו-טאָג פּאָליטיש, אין איינעם פון די שווערסטע תקופות, און מעגלעך אַפילו ממש אין דער שווערסטער צייט, זינט זי איז געגרינדעט געווארן מיט 62 יאָר צוריק. די פּאָליטישע באַלאַגערונג אַרום ישראל ווערט כסדר שטאַרקער און דיקער, און אין דעם אַנטי-ישראל קאַמפּיין אויף דער גלאָבאַלער אַרענע, זיינען פאַרמישט נישט בלויז פיינטלעכע לענדער, נאָר אויך לענדער וואָס זיינען באַקאַנט דווקא אַלס פריינטלעך צו ישראל. איינע פון די ערשטע באַשלוסן און דעקלאַראַציעס, וואָס זיינען אַרויסגעקומען פון דער שפּיצן-קאָנפערענץ פון אינדוסטריעלע לענדער, באַקאַנט אַלס די גרופּע פון אַכט, ״דזשי-8״, וואָס איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן היינטיקע וואָך אין טאָראָנטאָ, איז געווען קעגן דער בלאָקאַדע וואָס ישראל האַלט-אָן אויף עזה, און די גרויסע מערהייט פון דער גרופּע זיינען באַקאַנט אַלס סימפּאַטיש כלפּי ישראל.
און דווקא איצט, אין אַזאַ מצב פון אַ פּאָליטישן קלעם, האָט אויסגעבראָכן אין ישראל דער וואולקאַן פון שנאת אחים, און ס׳האָט אויפגעברענגט דעם קאָשמאַר פון אַ קולטור-קאַמף צווישן דעם רעליגיעזן לאַגער און די ״סעקולערע״ געזעלשאַפט, – און אויף אַ פאַרנעם, וואָס מ׳האָט נישט געזען אין לאַנד שוין אַ סך יאָרן. דער אמת איז, אַז ״כבר היו דברים מעולם״ – דער ריס און ״ניתוק״, די דערווייטערונג און צעשיידונג צווישן דעם חרדישן און חסידישן ציבור מיט דער גרויסער מערהייט פון דער באַפעלקערונג אין ישראל, איז נישט קיין נייע זאַך. די צרה איז אָבער, וואָס אין די לעצטע עטלעכע יאָר איז דער ריס און די דערווייטערונג אַזוי פאַרטיפט און פאַרברייטערט געוואָרן, אַז עס איז פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ כמעט-אומענדלעכן טיפן תהום פון אָפּפרעמדונג און שנאה צווישן די צוויי לאַגערן.
אין אַ רעדע פאַראַיאָר אין בר-אילן אוניווערזיטעט וועגן דעם קאָנפליקט צווישן ישראל און די פּאַלעסטינער אַראַבער, האָט פּרעמיער בנימין נתניהו גערעדט וועגן ״צוויי לענדער פאַר צוויי פעלקער״ – מיינענדיק ישראל און די פּאַלעסטינער. דערווייל, אָבער, זיינען פאַקטיש און רעאַליסטיש, שוין פאַראַן צוויי לענדער, וואו עס לעבן צוויי באַזונדערע פעלקער: איין לאַנד פאַר דער סעקולערער באַפעלקערונג פון ישראל, און דאָס צווייטע לאַנד, פאַר דער חרדישער מחנה ...
פון איין זייט, איז מער נישט גילטיק דער עניין פון ״ודע מה שתשיב״ – ווייל די מאַסיווע מערהייט פון די סעקולערע אידן אין ישראל, זיינען אַבסאָלוטע עם-הארצים און ״גראָבע יונגען״ ווען עס קומט צו עניינים פון אידישקייט. פון דער צווייטער זייט, איז דער פרומער ציבור אין ישראל זיך צעוואַקסן און געוואָרן גרעסער, און האָט באַקומען זעלבסט-זיכערקייט, וואָס מ׳קען אין געוויסע פאַלן אַפילו באַצייכענען אַלס מער ״חוצפּה׳דיק״ כלפּי זייערע ״פרייע״ שכנים מיט אַ שלעכטן גייסט. דער איצטיקער קאָנפליקט צווישן דעם חרדישן ציבור און די מלוכה׳שע אינסטיטוציע דאָס העכסטע געריכט, האָט זיך כאָטש דערווייל פאַרענדיקט אויפן יורידישן געביט. אָבער דער שאָדן איז שוין אָפּגעטאָן געוואָרן, און דער קאָנפליקט האָט שוין, ווי מ׳זאָגט, ״פאַרגיפטעט די לופט״ אין לאַנד.
די צוויי אַנטוויקלונגען – דאָס שרעקלעכע עם-הארצות און גראָב-יונגערישקייט אין אידישקייט צווישן דער גרויסער מערהייט פון דער סעקולערער באַפעלקערונג אין לאַנד, און די דרייסטקייט און אומדערשראָקנקייט מצד דעם חרדישן לאַגער פון דער צווייטער זייט, זיינען אַ געפערלעכע קאָמבינאַציע און אַ ״צייט-באָמבע״, וואָס אויב עס וועט נישט ״נייטראַליזירט״ ווערן, וועט עס נאָך אַמאָל אויפרייסן און צעשטערן דאָס וואָס דער נביא באַצייכנט (ישעיה ד, ג), אַלס ״והנותר בירושלים״ ...
דער וואָס איז אַרויס נאָך מער ״אָפּגעפליקט״ פון דער גאַנצער סומאַטוכע איז דער בית משפּט העליון, דאָס העכסטע געריכט אין ירושלים. דער העכסטער יורידישער אינסטיטוט געפינט זיך שוין עטלעכע יאָר אין אַ פּראָצעס פון פאַרלירן פּרעסטיזש, בעיקר צוליב דעם פּרינציפּ פון ״הכל שפיט״ – דאָס הייסט, אַז דער בג״ץ האָט זיך אַליין באַשטימט אַלס דער וואָס קען און איז דערלויבט זיך אַריינצומישן און אורטיילן אויף יעדן געביט און אין יעדן עניין וואָס ווערט פאָרגעברענגט פאַר אים. אַפילו קאָמענטאַטאָרן און אָבסערוואַטאָרן אין ישראל וואָס זיינען נישט באַקאַנט דווקא אַלס באַזונדערע סימפּאַטיקער צום חסידישן און חרדישן ציבור, האָבן קריטיקירט דעם איצטיקן אורטייל קעגן די עלטערן פון עמנואל.
פּראָפעסאָר שלמה אבינרי, אַ בולט׳ער און הויכגעשעצטער קאָמענטאַטאָר אין ישראל, האָט פאַרעפנטלעכט זייער אַ שאַרפן אַרטיקל קעגן דעם העכסטן געריכט, וואָס ער האָט דעפינירט אַלס ״לא מידתי ולא חכם״ – נעמלעך, ״נישט אין דער ריכטיקער מאָס און פּראָפּאָרץ, און נישט קלוג״. אבינרי האָט געשריבן, אַז ״אין אַן ׳אויפגעקלערטער׳ מדינה, וואו מענטשן וואָס זיינען פאַרדעכטיקט אין מאָרד אָדער אין פאַרגוואַלדיקונג און שפּיאָנאַזש, באַקומען אַ שטראָף פון הויז-אַרעסט, שליידערט מען נישט אַריין אין טורמע עלטערן בלויז דערפאַר ווייל זיי ווילן געבן זייערע קינדער אַ דערציאונג, וואָס אין די אויגן פונעם געריכט איז עס אַ פאַרלעצונג פון געזעץ...״.
אויב אַזאַ וועלטלעכער געלערנטער ווי שלמה אבינרי האַלט אַז דאָס העכסטע געריכט האָט דאָ ״פאַרבלאָנדזשעט״, דאַרף דאָס געריכט אָנהויבן מאַכן אַ חשבון-הנפש.
אַממערטן געטראָפן פון דעם קאָנפליקט, איז באַזונדער דערנידערט און פאַרשעמט געוואָרן די ספרדישע פּאַרטיי, ש״ס, מיט איר פירער, דער אינערן-מיניסטער אלי ישי. ס׳איז דאָך אַ פּאַרטיי וואָס איז, ווי באַקאַנט, לכתחילה געגרינדעט געוואָרן אויפצובויען פונדאָסניי דעם מעמד און פּרעסטיזש פון אַמאָליקן פּרעכטיקן ספרדישן אידנטום, ווי הגאון ר׳ עובדיה יוסף שליט״א זאָגט, ״להחזיר עטרה ליושנה״. אָבער אלי ישי, וועלכער האָט ליב צו אַטאַקירן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, האָט זיך לגמרי פאַרלוירן, ווי מ׳זאָגט, ״אבדו עשתונותיו״, און ער איז לגמרי צעטומלט געוואָרן און נישט געוואוסט ווי צו רעאַגירן אויף אַ סיטואַציע וואו לויטן העכסטן געריכט, זיינען די מיידלעך פון ספרדישע פאַמיליעס דיסקרימינירט געוואָרן אין דער מיידל-שולע אין עמנואל. ישי האָט מורא געהאַט צו פאַרטיידיקן די ספרדישע מיידלעך, און האָט אויך געציטערט צו שטיצן די חסידישע עלטערן.
ס׳איז ווידעראַמאָל אויפגעדעקט געוואָרן דער אַלט-באַקאַנטער לעכערלעכער פאַקט (וואָס ווערט פון צייט צו צייט ״פאַרגעסן״), אַז די כנסת-מיטגלידער און הויפּט-עסקנים פון דער ספרדישער ש״ס-פּאַרטיי, שיקן  זייערע מיידלעך (און אינגלעך) אין אשכנזישע חינוך-מוסדות. מיט אַנדערע ווערטער, די שטאָלצע ש״ס׳ניקעס וועלכע ״קעמפן״ פאַר דער גלייכבאַרעכטיקונג פון די אָריענטאַלישע אידן, פאַרלאָזן זיך נישט אויף זייערע אייגענע מוסדות, און אין צוגאָב דערצו, זיינען זיי נישט אימשטאַנד צו פאַרטיידיקן די אינטערעסן פון רעליגיעזן ספרדישן ציבור אין לאַנד.
״אם כן, למה זה אנוכי״... אויב אַזוי, האָבן ישראל-קאָמענטאַטאָרן אָפּגעלאַכט פון ש״ס, ווער נויטיקט זיך בכלל אין אַ באַזונדערער ספרדישער פּאַרטיי?... עס קורסירן שוין אַפילו קלאַנגען אין ישראל, אַז אריה דרעי, דער גרינדער פון ש״ס און געוועזענער פּאָפּולערער פירער פון דער ספרדישער פראַקציע, טראַכט וועגן שאַפן אַ נייע ספרדישע פּאַרטיי אַלס אַן אָלטערנאַטיווע צום איצטיקן ש״ס, און זיך אַליין צו שטעלן אַלס פירער, אויפן אָרט פון דעם שלימזל׳דיקן און נישטיקן אלי ישי.
אויך גייט-אָן אַ פאַרמעסט צווישן די דריי כנסת-מיטגלידער פון ״יהדות התורה״, די כנסת-מיטגלידער ר׳ יעקב ליצמאַן, ר׳ מאיר פּרוש און ר׳ משה גפני, ווער פון זיי ס׳איז געשטאַנען אין שפּיץ פונעם געראַנגל, און ווער ס׳איז אַרויס אַלס דער גרויסער זיגער. דער אמת איז אָבער, אַז אויך די דערמאָנטע דריי חרדישע כנסת-מיטגלידער זיינען איצט אויפגעדעקט געוואָרן אַלס שוואַכע און קליינלעכע פּאָליטיקער, וואָס האָבן מער אין זינען זייער אייגענעם כבוד און פּרעסטיזש ווי די אינטערעסן פון זייער ציבור. ס׳איז אויך אויפגעדעקט געוואָרן די שטאַרקע האַס און שנאה וואָס צעטיילט און דערווייטערט די דריי אגודה-כנסת-מיטגלידער איינער פון אַנדערן.
ווען דער קאָנפליקט מיטן העכסטן געריכט האָט דערגרייכט זיין הויכפּונקט מיט צוויי וואָכן צוריק, האָבן די דריי דערמאָנטע כנסת-מיטגלידער שאַרף פּראָטעסטירט קעגן העכסטן געריכט. אָבער זיי האָבן בשום-אופן נישט געוואָלט אַפילו דערמאָנען ברמז, אַז ס׳איז פאַראַן אַ מעגלעכקייט אַז איינער פון זיי אָדער אַלע דריי, זאָלן רעזיגנירן פון זייערע מלוכה׳שע אַמטן און פון דער נתניהו-קאָאַליציע. דאָס נישט ... מאיר פּרוש איז דאָך דער וויצע דערציאונגס-מיניסטער, און דער שר החינוך, גדעון סער, האָט פאַרדאַמט און אַטאַקירט די הנהלה פון דער ״בית יעקב״ מיידל-שולע אין עמנואל, און האָט פאַרלאַנגט פון פּרוש׳ן צו רעזיגנירן ווייל ער איז קעגן דער אָפיציעלער פּאָזיציע פונעם דערציאונגס-מיניסטעריום. פּרוש האָט זיך אָבער אָנגעהאַלטן ״בקרנות המזבח״, און איז פאַרבליבן אַלס וויצע-מיניסטער, וועלכער טוט זאַכן קעגן דער פּאָליטיק פון זיין אייגענעם מיניסטעריום ...
דער גערער רבי, בעל ״אמרי אמת״, זכותו יגן עלינו, האָט אַמאָל מסביר געווען בדרך צחות פאַרוואָס משה רבינו ע״ה האָט נישט גערעדט צום שטיין, ווי דער אויבערשטער האָט אים באַפוילן (אין פּרשת חוקת), נאָר געשלאָגן דעם שטיין. ס׳איז פאַראַן אַ זוהר אין פּרשת כי תצא (דער ״אמרי אמת״ ברענגט אַראָפּ דעם זוהר אין זיינע חידושים אויף פּרשת האזינו, סוף שנת תרצ״א) אַז צוזאַמען מיט משה רבינו זיינען נעבן דעם ״סלע״, דעם שטיין, געשטאַנען די מנהיגים פון כלל ישראל ביזן ענדע פון אַלע דורות, ״עד סוף כל הדורות״. ווען משה רבינו האָט געזען ווער עס וועלן זיין די מנהיגים פון כלל ישראל אין די שפּעטערדיקע דורות, האָט ער פאַרלוירן דאָס לשון ...

 

 

 

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on July 2, 2010
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations