• פון פּראָפעסאָר יהודה קנאָבלער \ ירושלים
נישטאָ אין דער וועלט אַזאַ שטאָט,
וואָס טרערן אַזוי פיל פאַרמאָגט,
און אַ האַרץ פון אַ מאַמע וואָס טראָגט
און אַזוי פיל מאָל וואָס זי זאָגט:
פאַרטריקענען זאָלסטו, רעכטע האַנט,
פאַרקלעפּט זיי אין מויל צו מיין צונג,
אויב פאַרגעסן, פאַרפאַלן, אַלט און יונג,
מיינע קינדער, אויב נישט מיין געדאַנק.
נישטאָ אין אַ שטאָט ווי דיין וועלט,
וואָס וויינט און וואָס טאַנצט און וואָס קוועלט,
און דיין זון ירושלים וואָס ברענט,
צווישן הימל און ערד וואָס זי הענגט
און האַלט מיט פייער איר קרוין,
צו באַקרוינען דאָס שטעטל פאַרגאַנגען,
מיט לויב, צווישן ברוסט און געזאַנגען,
אין ליד וואָס זינגט-אויף שטומע קלאַנגען.
נישטאָ אין דער וועלט אַזאַ שטאָט,
אין לענדער אַזוי פיל געלעבט,
אַזוי פיל געשענקט אירע זוילן,
ירושלים פון ליטע, פון פּוילן,
פון רוס, פון גריכנלאַנד, טשעכיי,
נישט לענדער – אויך וועלטן פאַרביי,
פון יעדער געטריי אַ געזאַנג,
דו זינג מיר איר שטומליד אין גאנג.
דאָס שטומליד וואָס האָט נישט קיין מויל,
די סטרונעס פון האַלדז לאַנג געקוילט,
נאָר דוד׳ס דעם דיכטערס, זיין לידל,
צעוויינט זיך ביים כותל זיין פידל,
ווער הערט – הערט אַ קול ביז עק וועלט,
ביז אַש פון די שטעטלעך פאַרברענט,
נאָר דו, ירושלים, דערקענסט,
זיך אַליין, און דו זאָגסט לאָמיר גיין...
לאָמיר גיין, מיר, שטעטלעך און שטעט,
איך רוף אין מיין ליד און איך בעט,
דערבאַרעמט אייך, איך עפן מיין האַרץ,
אָן אייך בין איך נישט וואָס איך מיין,
נישט ריין ווי דער הימל איז ריין,
מיין שטעטל און שטאָט, איך בין דיין,
אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן,
אייך אויפזאַמלען אין מיינע מויערן.
|