די פראַנצויזישע גאַסן ברענען. - מחנות באַנדיטן צינדן הונדערטער אויטאָמאָבילן, הייזער און מעטשעטן אין אַלע שטעט און שטעטלעך. - אַן ערנסטער ציווילער קריזיס, און די גרעסטע מאַטעריעלע שאָדנס אין לאַנד זינט דער צווייטער וועלט-מלחמה. - פרעזידענט שיראַק סטראַשעט. - אַנערקענט די אָפהענטיקייט פון פראַנקרייך צו אינטעגרירן אימיגראַנטן. - רוב קאָמענטאַרן זענען נישט גורס זיין אַז דאָס איז אַ מוסולמענישע אינטיפאַדאַ קעגן אַ מערב לאַנד
פראַנקרייך ברענט.
די יוגנט האָט זיך צעבונטעוועט אין פאַרשידענע שטעט. הייזער, שולעס, קירכעס, ביזנעסן און אויטאָמאָבילן - אַלץ ברענט. די פאָליציי איז הילפסלאָז. פילע צענדליקער פּאָליציאַנטן זענען פאַרוואונדעט און איין מענטש איז געהרגעט געוואָרן. אַ ערנסטער ציווילער קריזיס אין פראַנקרייך.
וכך היה המעשה:
דעם זיבן-און-צוואַנציקסטן אָקטאָבער, זענען צוויי מוסולמענישע יונגן אַנטלאָפן פון די פאָליציי, וואָס האָט פרובירט אונטערזוכן זייערע אידענטיטעט-דאָקומענטן. די חברה-לייט, רעכנענדיק זיך אומזיסט אַז די פאָליציי לויפט זיי נאָך, זענען אַריינגעלאָפן זיך אויסבאַהאַלטן אין אַן עלעקטריע-סטאַנציע, וואו זיי האָבן זיך אומווילנדיק עלעקטריזירט און געהרגעט געוואָרן.
די נאָכפאָלגנדע נאַכט האָבן זיך מוסולמענישע און שוואַרצע יוגנטלעכע צעבושעוועט אין די גאַסן, און צום ערשטן מאָל געלאָזט הערן דעם מוסולמענישן יישר כח צו זייער גאַסטגעבעריש לאַנד. די יוגענטלעכע האָבן געוואָרפן שטיינער און פלעשער אויף דער פאָליציי, געצונדן אויטאָס און וואַנדאַליזירט לאַנד-פאַרמעגנס.
במשך פון די לעצטע 12 נעכט האָבן זיך ראַיאָטן צעפלאַקערט. צענדליקער פאָליציאַנטן זענען פאַרוואונדעט געוואָרן. טויזנטער און טויזנטער אויטאָמאָבילן זענען פאַרברענט געוואָרן.
ס’איז אַן ערנסטע ציווילע איבערקערעניש אין דער גאַנצער מדינה, די ערגסטע אין יאָרצענדליקער. די מאַטריעלע שאָדנס זענען לויט באַריכטן די ערגסטע אין לאַנד זינט דער צווייטער וועלט-מלחמה. צום ערשטן מאָל אין דער באַוואוסטער פראַנצויזישער היסטאָריע, זענען ראַיאָטן אויסגעבראָכן אין אַזויפיל פראַנצויזישע שטעט אויף איינמאָל. קירכעס, שולעס און ביזנעסן זענען אויך אויפגעגאַנגען אין פלאַמען.
דער פראַנצויזישער פרעזידענט, דזשאַק שיראַק, האָט זונטיק געוואָרנט אַז די וואַנדאַלן וועלן געכאַפט און באַשטראָפט ווערן, אָבער אין פריוואַטע קאָמענטאַרן, האָט שיראַק זיך מתוודה געווען אַז פראַנקרייך האָט נישט באַוויזן אינטעגרירן די יונגע אימיגראַנטן אין דער פראַנצויזישער געזעלשאַפט. שיראַק האָט גערעדט וועגן דער “געטאָאיזאַציע” פון די יוגנטלעכע פון אַפריקאַנער און צפון אַפריקאַנער אָפשטאַם און אָנערקענט אַז די פראַנצויזישע געזעלשאַפט איז נישט אומשטאַנד זיי פולשטענדיק צו אַקצעפטירן.
אַלס רעזולטאַט, האָבן שוואַרצע און מוסלמענישע יוגנטלעכע, קינדער פון אַפריקאַנער אימיגראַנטן, זיך אַ לאָז געטאָן, זייענדיק חורבות אין די שטעט פון דעם אייראָפעאיש אימיגראַנטן-לאַנד, וואָס האָט זיי, די מינאָריטעטן, געשטופט אויף די ראַנדן. איצט זענען זיי געקומען זיך נוקם זיין און אָפצאָלן זייער גאַסטגעבער לאַנגיעריקע חובות.
שיראַק האָט אָבער נישט גערעדט וועגן די מוסלמענער, וועגן די קאַטאַסטראָפע אין וועלכער פראַנקרייך האָט זיך אַריינגעלייגט, מיטן אַרייננעמען אין לאַנד עטלעכע מיליאָן מוסולמענישע אימיגראַנטן און אַראַבישע פונדאַמענטאַליסטן, וואָס פרעדיקן העצע אין לאַנד קעגן דער מערב-קולטור אומגעשטערט. שיראַק האָט נישט דערמאָנט אַז אויסגעבראָכן האָבן די מהומות דורך צעווילדעוועטע מוסולמענישע גאַסן-יונגן, וואָס האָבן גענוצט דעם אינצידענט פון די אומגעקומענע יונגן, פון וועלכע איינער איז געווען אַ אָפשטאַמיקער פון טוניסיע, אַלס אַ שוועבל אונטערצוצינדן די פראַנצויזישע גאַסן.
עס זעט אויס אַז עס האַנדלט זיך נישט גלאַט וועגן אַ קאַמף פאַר גלייכקייט. עס האַנדלט זיך, רבותי, וועגן אַן אינטיפאַדאַ.
נאוועמבער 11, 2005.
טוט דאָ אַ קוועטש, זייט אַזוי גוט, און אַבאָנירט דעם "אַלגעמיינעם זשורנאַל". |