about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005

וועגן אידיש און יידיש
הירשע=דוד כ”ץ

 

פאָר&#
שמואל איזבאַן

 

צווי&#
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער מחלוקת צווישן די ערשטע פיר
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ישראל פלאַנירט אַוועקצוגעבן קב
יעקב בריל

 

ער האָט נישט געשטאַמלט
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צה”ל גרייפט אָן עזה
יעקב בריל

 

ר’ יויזעלע בעל-מופת
חיים זאַקס

 

הויפּט ביבליאָטעקער פון ישיבה
לייזער מישולאווין

 

דאָס נישט באַזעצן אַלע שטחים ו
ליובאַוויטשער רבי

 

56 פּראָצענט פון אַמעריקאַנער
שלמה שמיר

 

דער עקלהאַפטער פּנים פון די יש
שלמה שמיר

 

חנוכה אַמאָל און היינט

 

ביבי נתניהו וואַרפט-אָפּ אָנבא
שמחה קאָרענרייך

 

כאַמאַס געווינט די וואַלן אין
יעקב בריל

 

צום אָ?שטאַם און טייטש פונעם ו
הירשע=דוד כ”ץ

 

מעלדונג וועגן די אַרטיקלען פון

 

רבני’שע חכמות און פקחות פון גד
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פּאָליציאַנט שילדערט דעם שוידע
יעקב בריל

 

34 קערפּערס פון אידישע קדושים
יעקב בריל

 

טריבונע פאר’ן פאלק

 

איר ווילט פאַרוואַנדלען מענטשן
הרב משה קיימאַן

 

אַ צדיק האָט אָפּגעלערנט פון ד
ליובאַוויטשער רבי

 

פירער פון רעפאָרם באַוועגונג:
שלמה שמיר

 

האָט אליהו הנביא באַזוכט וואוד
הרב פינחס וויליגער

 

בשעת מ’זעט 15000 אידן טאַנצן צ
סימון יעקבסאָן

 

פאַרוואָס די לינקע פירן אַ קאַ

 

דער עלטסטער אידישיסט אויף דער
הירשע=דוד כ”ץ

 

עס כאַפּט אַ ציטער
שלמה שמיר

 

א מעש&
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

נישט &
קלאודיה ברונער

 

דער ו&
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

א פאַ
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

א קאט
הרב דר. נחום לאַם

 

אין ג&
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אייב פאַקסמאַן פארטיידיקט סטיו
שמואל בערגער

 

זי פלעגט פאָרן 72 שעה יעדן חוד
יצחק בערסאָן

 

אותו האיש אין דער ליטעראַטור פ
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זענען מיר קראַנק אין קאָפּ?
יצחק בערסאָן

 

די רעפאָרמער זענען גערעכט...
הרב דוד האלאנדער

 

צום ערשטן מאָל אין 25 יאָר: סט
יצחק בערסאָן

 

70 פּראָצענט פון אַמעריקאַנער
שלמה שמיר

 

טראָץ אָפיציעלע פאַרלייקונגען,
יעקב בריל

 

לאָנדאָנער “סאָנדעי טיימס” דעק
אברהם קארן

 

טריבונע פאר’ן פאלק

 

“איך האָב ניט מורא פאַרן טויט”
שמחה קאָרענרייך

 

יוסי שריד פאַרלאָזט ישראל פּאָ

 

באַגעגענישן צווישן אידן און די
שמחה קאָרענרייך

 

עס זענען דאָ צדיקים אויך אויף
מרדכי באומאַן

 

פייערלעכער בית א-ל דינער הערט
סימון יעקבסאָן

 

מיט 250 יאָר צוריק: פרידריך’ס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי דער ווילנער גאון פלעגט זיך
הרב פינחס וויליגער

 

פאַרוואָס האָט דער “פאָרווערטס
הירשע=דוד כ”ץ

 

די מלחמה צווישן רעליגיעזע און
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

סאַודיע וועט אַראָפנעמען דעם ב
יעקב בריל

 

נייעס אַנאַליז
שלמה שמיר

 

א פּאָליטישער “צונאַמי” פאַרפל
יעקב בריל

 

מזל טוב! די אַרבעטער-פּאַרטיי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וואַרט אויף דער אידיש
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ דעבאַטע צווישן הרב חיים קני
הרב פינחס וויליגער

 

אויפן פרישן קבר פון ראַדזינער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וועלן די פּאָליציי אַנטדעקן דע
יעקב בריל

 

א נשמ&
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער ל&
שלמה שמיר

 

מ'שטא&
שיע טענענבוים

 

קריס&#
משה גרודה

 

דער פ&
דר. העשל קלעפפיש

 

די הי&
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מיין &
סימון יעקבסאָן

 

נתניהו באַשולדיקט: שרון האָט א
יצחק בערסאָן

 

חנוכה ליכט אויפן חומה אין כינע
יצחק בערסאָן

 

אויפן פרישן קבר פון רביצין אסת
מענדל אדלער

 

נאָבעל-פּרייז געווינער וואָרנט
יעקב בריל

 

אַראַבער געהרגעט צוליב באַזעצו
יעקב בריל

 

ווייבער האָבן איר גערופן די רב
חיים זאַקס

 

מיין שוועסטער חנהלע
חיים זאַקס

 

119 אומגעקומען אין איראַנישן ע
שמחה קאָרענרייך

 

האָט אַמעריקע געהרגעט הויכראַנ
יעקב בריל

 

אַ וועלט אָן גרעניצן איז קיין
הרב דוד האלאנדער

 

מיין מאַמעס קיך r
חיים זאַקס

 

83טער אגודה קאָנווענשאָן אַדרע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לאָמיר מאַכן אַ שהחיינו
מרדכי באומאַן

 

דער גרויסער וויכוח צווישן די ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

3 מיליאָן מענטשן, צווישן זיי 5

 

“נבלה! ניט פאַרגונען אידן צו ה
חיים זאַקס

 

דער אונטערשייד צווישן אידישע א
ליובאַוויטשער רבי

 

אינמ&#
באָריס קאַרלאָוו

 

וואס &
ליובאַוויטשער רבי

 

כראנ&#
יעקב בריל

 

צה"ל'ס
בצלאל פיקסלער

 

הרב ק&
הרב חיים קאַרלינסקי

 

משה א&
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

א ‘גמר חתימה טובה’ לכבוד חנוכה
הרב דוד האלאנדער

 

“ברוך אתה ה’ אלקינו מלך העולם
יצחק בערסאָן

 

נתניהו דערוויילט אַלס ליכוד פי
שלמה שמיר

 

וואָס האָט אָפּגעהאַלטן דעם זו
הרב משה קיימאַן

 

רבני’שע חכמות און פקחות פון גד
חזן משה טעלעשעווסקי

 

תיקון טעות
די רעדאַקציע

 

אַ מת מצוה אין מאַנהעטן
ברוך שלום יעקבסאָן

 

אויב זי גלויבט אין מיר
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער קאַמף פון תורה קעגן דער מא
הרב משה קיימאַן

 

אַ חסיד דאַרף האָבן אמונה
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויפן פרישן קבר: פון אַ מנהיג
הרב משה שובאַלסקי

 

“ויהי אור”

 

חורב&#
דר. אברהם אָרנשטיין

 

שרון &
סימון יעקבסאָן

 

לויה &
גרשון יעקבסאָן

 

די צו&
אליעזר וויזעל

 

טויז&#
די רעדאַקציע

 

דער פ&
שמחה קאָרענרייך

 

וועלכע גבירים דאַרף מען רעספּע
הרב פינחס וויליגער

 

שארית הפּליטה אידן אין ישראל ו
יעקב בריל

 

חנוכה אין יעניסעיסק
גרשון יעקבסאָן

 

שלמה שמיר באַריכטעט פון ישראל
שלמה שמיר

 

הרב לוי יצחק שאַפּיראָ, פון די
יצחק בערסאָן

 

ווי דער דור פון שארית הפּליטה
סימון יעקבסאָן

 

ביים ערשטן ברידער-קבר נאָכן או
ק. צעטניק

 

טריבונע פאר’ן פאלק

 

פאַרוואָס אונזערע עלטערן האָבן
הרב משה קיימאַן

 

מיין &
הרב משה קיימאַן

 

די חר&
שלמה שמיר

 

דאס ג&
דר. העשל קלעפפיש

 

דער א&
שלמה שמיר

 

זאָל שמעון פּערעס קומען און מש
יעקב בריל

 

אַ יאָר זינט דער צונאַמי

 

זאָל דער קענסער געוואוקס פון י
יעקב בריל

 

היתכן אַז דער גאַנצער מקור פון
ליובאַוויטשער רבי

 

היציקע דעבאַטע אין האַרוואַרד
יצחק בערסאָן

 

רבי נחמן בראַצלאַווער רעדט צו
דר. העשל קלעפפיש

 

ג-ט נעמט נישט קיין שוחד
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ וויזיע פאַר דער צוקונפט פון
סימון יעקבסאָן

 

יו-ען פאָרזיצער, קאָפי אַנאַן,
יעקב בריל

 

אין ט&
שיע טענענבוים

 

דער נ&
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

גרשו&#
די רעדאַקציע

 

דער ק&
אליעזר וויזעל

 

די נייע אָנשיקעניש
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טראָץ זאָרג פון טראַגישע פעלער
שמחה קאָרענרייך

 

געוועזענער אַמעריקאַנער הויפּט
יעקב בריל

 

ווי קומט עס אַז יצחק’ס אַ קינד
ליובאַוויטשער רבי

 

נייער כולל אין מאַנהעטן ציט צו

 

“קעניג פון ניו יאָרק” האָט אינ
שלמה שמיר

 

חב"ד א
חזן משה טעלעשעווסקי

 

סיריע וועט באַהאַלטן נוקלעאַרע
יעקב בריל

 

איראַנער פּאָליטיקער גיט איירא
יעקב בריל

 

אַ משיחישער זאָאָ-גאָרטן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מייקאַל דזשעקסאָן דערקלערט אַז
יעקב בריל

 

ווען אַ דייטשישער גענעראַל האָ
הרב פינחס וויליגער

 

בונם דער פערד-גנב
חיים זאַקס

 

אריאל שרון כאַפּט אַ מפּלה אין

 

טריבונע פאר’ן פאלק

 

אַשקלון איז געוואָרן דער נייער
יצחק בערסאָן

 

אַראַבער קלאָגן אָן בוגי יעלון
יעקב בריל

 

אויספאָרשונג קעגן 88 יאָריקער
שמחה קאָרענרייך

 

יוסף לאַפיד באַשולדיקט: שרונ’ס
יעקב בריל

 

ווי דער ליובאַוויטשער שליח פון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער פאַראייביקער פון דער אידיש
הירשע=דוד כ”ץ

 

אפילו פונעם סטראוק האָט פּרעמי
שלמה שמיר

 

טריבונע פאר’ן פאלק

 

הרב מנחם מענדל ברוק

 

וואס וויל אריק שרון?
שלמה שמיר

 

די מחלוקת צווישן דעם יונגן און
שלמה שמיר

 

אַ באַגעגעניש מיט רבי נחמן ברא
דר. העשל קלעפפיש

 

איך פ&
חיים זאַקס

 

אייראָפּעאישע באַאָבאַכטער האַ
יעקב בריל

 

היתכן אַז די שבטים האָבן געמאַ
ליובאַוויטשער רבי

 

וועט שרונ’ס “קדימה” פּאַרטיי
יעקב בריל

 

איז מיין פופציק יעריקער קאַמף
הרב דוד האלאנדער

 

ווער האָט אייך געגעבן אַ רעכט
הרב פינחס וויליגער

 

דער גרויסער בלאָף
אלי עמיר

 

אַלוועלטעכער אָנדענק- טאָג פון
חיים ראזענטאל

 

אַ זעקס יאָריקער אינגל וויל פא
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמאָל דאַרף מען אָנקלאַפּן עש
הרב משה קיימאַן

 

זעכציק יאָר פונעם ניורעמבערג פ
יעקב בריל

 

עזה מ&
שלמה שמיר

 

טשאַרלס דאַרווין אָדער דער רבו
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרצחת וגם ירשת ?! דער קאַמ
יעקב בריל

 

נאָך צענדליקער יאָרן: שמעון פּ
יעקב בריל

 

אין דער מחיצה פון די גרעסטע חס
שלמה שמיר

 

דער י&
ברוך שלום יעקבסאָן

 

דער אינגסטער “דראָג-פאַרברעכער
מענדל אדלער

 

וואָס האָט זיך יעקב דערמאָנט מ
הרב פינחס וויליגער

 

דער נייער משיחיסט

 

פאַרוואָס ג-ט’ס שידוך איז נישט
הרב משה קיימאַן

 

מיין &
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

חרדישער חבר-הכנסת, יעקב ליצמאַ
יעקב בריל

 

רבנים האָבן גוטגעהייסן נייעם י
יצחק בערסאָן

 

בראשית ברא אלקים אַל-אַקצאַ
יעקב בריל

 

מתנחלים האָבן אָפּגעשניטן 200
יעקב בריל

 

נאך טעראר אטאקע אין ירדן: אראב
יעקב בריל

 

פּרעזידענט פון איראַן דערקלערט
יעקב בריל

 

בעת ריזיקער י”ט כסלו מלוה מלכה
יצחק בערסאָן

 

מלוה מלכה לטובת טשעבינער ישיבה

 

אַן אויסנעמלעכע אידישע שוישפּי
משה לאָיעוו

 

אַן איגרתל פון קעשענעוו...
הירשע=דוד כ”ץ

 

קען ישראל חרוב מאַכן די אַטאָמ
יעקב בריל

 

קען אַ מקובל זיין אַ פרעסער?
הרב פינחס וויליגער

 

הונדערטער גויים זענען זיך יערל
יעקב בריל

 

דער אָסלאָ פּראָצעס לעבט און א
יעקב בריל

 

פּרעה’ס חלומות פון אַ פּסיכאָל
הרב משה קיימאַן

 

גרעסטער נאַצי באַהאַלט זיך מעג
יעקב בריל

 

דער רבי פון קאָנטראַסטן: ר’ נפ
דר. העשל קלעפפיש

 

רבני’שע חכמות און פקחות פון גד
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווען די וועלט ווערט אָנגעפירט
הרב דוד האלאנדער

 

רעליגיעזע אידן לעבן לענגער ווי
יעקב בריל

 

יצחק ראַבין וואָלט זיך געשעמט
שלמה שמיר

 

אַן עלעגיע אויף גוש קטיף
משה גרודה

 

כיזבאַלאַ אַטאַקירט דרום פראָנ
יעקב בריל

 

פּאַלעסטינער שטיצן איראַנ’ס רו
יעקב בריל

 

34 קדושים פון שטוטגאַרט נאַצי
יעקב בריל

 

די עצה פון חזון איש אויף תאוות
חזן משה טעלעשעווסקי

 

קאצק &
דר. העשל קלעפפיש

 

אם אשכחך גוש קטיף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

?א קבו
יעקב בריל

 

איך זוך אַ מענטש
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

מיין &
שלמה שמיר

 

בהמות און מענטשן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אברהמס ברענענדיקע ליבשאַפט צו
הרב משה קיימאַן

 

“אגודת ישראל” האָט זיך דערהויב
הרב דוד האלאנדער

 

טריבונע פארן פאלק

 

זעלבסטמאד איז די הויפט אוזראך
יעקב בריל

 

אייב פאקסמאן וואָרנט: אַמעריקע
שלמה שמיר

 

אויב מיר וועלן אָנהויבן די מל
ק. צעטניק

 

די בריטישע קעניגן איז פון די
יעקב בריל

 

לעבן נאָכן טויט
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מער ר&
הרב משה יהודה כהן

 

כבוד דיין אויסגעמאַטערטע נשמה
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

אין ק&
לוי יצחק יעקבסאָן

 

די פראַנצויזישע “אינטיפאַדע”
יעקב בריל

 

דער א&
יעקב בריל

 

צווישן לעבן און טויט
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ועל פ&
הרב יעקב אייזעמאַן

 

האָבן די מגידים געוואוסט וועגן

 

דער יתום
חיים זאַקס

 

א ניי
שלמה שמיר

 

ווען עלטערן דאַרפן אַוועקשיקן
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פּאַלעסטינער וועלן שיסן ראַקעט
יעקב בריל

 

אויפן פרישן קבר פון הגאון ר’ ש
הרב משה שובאַלסקי

 

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
מיין ערשטער דעפּאָזיט
משה נאַדיר
 
געשטאַלטן פון אַמאָליקע אידן געצייכנט דורך דעם קינסטלער סטיווען פּינקערס.

איך ווייס נישט, ווי אַזוי דאָס איז געשען, ווי אַזוי ס'איז מיר גאָר איינגעפאַלן אַזאַ געדאַנק צו נעמען מיינע בלוטיקע געלטער און זיי אָנטרויען אַ באַנק! אָבער עס איז געשען. מוצאי=חנוכה פון היינטיקן יאָר האָב איך גענומען מיינע שווער פאַרהאָרעוועטע געלטער — מיינע צוואַנציק דאָלער — און זיי אַוועקגעטראָגן אין באַנק אַריין, און אָנשטאָט געלט —  ל ע ב ע ד י ק  געלט, וואָס מען קען מיט דעם קויפן וואָס מען וויל, האָב איך געקראָגן עפּעס אַ גרין ביכעלע. צונויפגעלייגט אין אַ געל קאָנווערטל, און — דאָס אַלץ.

 

אַזוי גיך ווי איך האָב געקראָגן ס'ביכעלע, האָב איך אַ קוק געטאָן אינעווייניק און... ס'איז מיר פאַרקילט געוואָרן וואו איך האָב געהאַט אַ טראָפּן בלוט. וואָס איז דאָס פאַראַ מין געשריפטס? און ווי אַזוי וועט ער עס קענען איבערלייענען? און פון וואַנען ווייסט ער, אַז ס'מאַכט צוואַנציק?... "איי!" — האָב איך געטראַכט — "עפּעס געפעלט מיר נישט דער גאַנצער עסק!"... און איך בין צוגעלאָפן צום פענצטערל, אַוועקגעשטופּט דעם אידן, וואָס איז געשטאַנען אין ריי און אַריינגעשריען צו דעם בחורל דאָרטן אינעווייניק. "העי!", האָב איך אים אַריינגעשריען, "איך האָב אייך אָקערשט אַוועקגעגעבן צוואַנציק דאָלער!"

 

— וואָס זשע ווילט איר? — מאַכט צו מיר דאָס קאַסירערל און פאַרשניצט זיך אַ בליי=פעדער.

 

— איך וויל, אַז דו זאָלסט נישט זיין אַזאַ עזות=פּנים! — זאָג איך — אַז נישט, כאַפּסטו אַ פלעם איבער די פּיסקעס, אַז דער גוטער=יאָר וועט דיך צונעמען.

מאַכט ער צו מיר: — מיסטער, וואָס ווילט איר? איך האָב אייך געגעבן אַ ביכל? — דאַצאָל!

 

— אָ, ניין! — זאָג איך — איך וויל מיט דיר מער נישט ריידן, דו,  בלוט=זויגער — זאָג איך — וואָס  דו ביסט. איך זע שוין — זאָג איך — אַז איך בין אַריינגעפאַלן אין די ריכטיקע הענט. גיב מיר צוריק — זאָג  איך — ס'געלט און לאָמיר — זאָג איך — זיין אויס מחותנים.

 

מאַכט ער צו מיר: צימפּאַסיבל!

 

זאָג איך: — איכ'ל דיר באַלד געבן אַ צימפּאַסיבל, אַז דער גוטער=יאָר וועט דיך צונעמען, שווינדלער — זאָג איך — וואָס דו ביסט. מיט מיר — זאָג איך — וועסטו נישט מאַכן אַזעלכע שטיק. גיב אַהער די געלטער, זאָג איך — איידער — זאָג איך — איך רוף פּאָליציי און איידער — זאָג איך — איך שריי געוואַלד. גע=וואַ=לד! — צעשריי איך זיך אויפן קול — גע=וואַ=לד!

 

דערהערט, אַז איך שריי גוואַלד, איז ער שוין געוואָרן אַ ביסל ווייכער, דער בחור, און מיר גענומען געבן צו פאַרשטיין, אַז איצט קאָן ער מיר נישט צוריקגעבן ס'געלט, אַז איך מוז וואַרטן צוויי וואָכן. ס'אַ געזעץ אַזאַ.

 

זאָג איך: — אויב אַזוי, טאָ לייענט זשע מיר איבער, וואָס איר האָט אַריינגעשריבן אין ביכעלע. לאָמיך זען — זאָג איך — צי איר ווייסט, וואָס איר האָט דאָרטן אַריינגעשריבן. עפּעס — זאָג איך — האָט איר עס מיר געמאַכט צו שנעל. עס גלייבט זיך מיר נישט — זאָג איך — אַז מ'זאָל אַזוי גיך קענען פאַרשרייבן אַזויפיל געלט.

נעמט ער ביי מיר צו ס'ביכעלע און לייענט איבער, צוואַנציק טאָלער.

זאָג איך: — אָלרייט. געדענקט זשע! ס'איז צוואַנציק טאָלער! און זאָל די אידן — זאָג איך — וואָס שטייען לעבן פענצטערל זיין עדות. אידן — זאָג איך — זייט עדות, אַז איך האָב דאָ אין באַנק צוויי קנאַקעדיקע צענערלעך!

 

און איך גיי אַהיים מיטן ביכעלע.

 

מילא, פאַרשטייט זיך, אַז פון שלאָפן איז שוין געווען אָפּגערעדט. אַ גאַנצע נאַכט האָט זיך מיר געחלומט, אַז רויבער זיינען באַפאַלן די באַנק און מ'האָט אויסגערויבט וואו אַ פּעני. עטלעכע מאָל דורך דער נאַכט האָב איך זיך אויפגעוועקט און געשריען גוואַלד, און אַז ס'איז געוואָרן טאָג, האָב איך די ערשטע זאַך געכאַפּט דעם אויטאָ און אַוועקגעלאָפן צו דער באַנק.

 

***

 

זי איז געווען גאַנץ, נישט אויסגערויבט. אַ שטיין איז מיר אַראָפּ פון האַרץ.

נאָר אַזוי ווי איך בין אַזוי געשטאַנען ביי דער באַנק און באַטראַכט דעם פענצטער, איז מיר איינגעפאַלן, אַז די גראַטעס זיינען צו שוואַך און אַז מ'דאַרף האָבן נייע גראַטעס.

בין איך שוין אַזוי געשטאַנען מיטן לאָנטש=קעסטל אין האַנט און געוואַרט ביז דער פּרעזידענט פון באַנק וועט אָנקומען.

 

אַז דער פּרעזידענט איז אָנגעקומען, האָב איך אים פאַרנומען אין אַ זייט, אַז ער מוז האָבן נייע גראַטעס פאַר דער באַנק און נאָך מיין מיימונג — זאָג איך — איז די גאַנצע געביידע אַ שוואַכע און מען דאַרף זי איבערבויען. מען דאַרף זען — זאָג איך — אַז די גאַנצע געביידע זאָל זיין פון סאַמע  מ י ר מ ל ש ט י י ן, ווייל מירמלשטיין — זאָג איך — איז האַרט.

 

מאַכט ער צו מיר: — אָלרייט. איך דאַנק אייך פאַר דער עצה.

 

זאָג איך: — געדענקט זשע, למען השם! אַ נייע געביידע פון מירמלשטיין! און נייע גראַטעס... און ס'זאָל זיין — זאָג איך — גוט באַוואָרנט... איך בין עקסטרע — זאָג איך — געקומען צו לויפן פון בראָנזוויל... ווייל ס'האָט זיך מיר — זאָג איך — געחלומט אַז מ'האָט אונדז באַגנבעט...

 

און איך לויף אַוועק צו דער אַרבעט.

 

פאַרנאַכט, אַז איך דאַרף אַהיימפאָרן, טראַכט איך: — איכ'ל פאַרבייגיין די באַנק, זען וואָס ס'הערט זיך. מ'קען קיינמאָל נישט וויסן — טראַכט איך — ווי אַזוי אַ זאַך מאַכט זיך. ס'אַמעריקע! — טראַכט איך.

 

איך קום אַזוי צו צו דער באַנק און איך גיב אַ קוק, זע איך: עפּעס אַ איד פליט אַרויס פון באַנק און — הייבט אָן לויפן.

 

הייב איך אָן שרייען גוואַלד! און — איך לויף אים נאָך... אַזוי לאַנג ביז וואַנען אַ פּאָליציאַנט האָט אים אָפּגעשטעלט. און וואָס, מיינט איר, האָט זיך אַרויסגעוויזן? עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער איד איז אָנגעשטעלט אין באַנק און אַז ער איז געלאָפן כאַפּן אַ טראַמוויי, ווייל די ווייב גייט אים צו קינד מיט אַ מיידעלע.

 

האָט איך מיך אַ קאַפּעלע פאַרשעמט און אַהיימגעפאָרן.

 

***

 

אָבער שלאָפן האָב איך ווידער נישט געקענט.

 

אַ גאַנצע נאַכט האָט זיך מיר אַלץ אויסגעדאַכט, אַז דאָס קאַסירערל, וואָס האָט מיר  געגעבן ס'ביכל, האַלט אין דער האַנט אַ זעקל מיט געלט און לויפט. און איך נאָך  א י ם... און איך האָב ווידער עטלעכע מאָל געשריען גוואַלד פון שלאָף און געוואָרפן מיט די הענט, און שיער דערהרגעט דאָס קינד...

 

צו מאָרגנס גאַנץ פרי בין איך אַוועק צו אַ לאַנדסמאַן, וואָס וואויננט גראָד אַנטקעגן דער באַנק, און איך האָב אים צוגעזאָגט דרייסיק פּראָצענט פון דעם פאַרלוסט, אַבי ער זאָל האַלטן אַן אויג אויף דער באַנק און ער זאָל זי וואַטשן. "וואַטש!" — האָב איך אים געבעטן — "זיץ און וואַטש! לאָז נישט אַראָפּ — זאָג  איך — אַן אויג פון דער באַנק, און אַזוי גיך — זאָג איך — ווי גאָט וועט מיר העלפן און די צוויי וואָכן וועלן בשלום אַריבער, איז כאַפּ איך גלייך אַרויס — זאָג איך — די צוואַנציק טאָלער און לאָזן זיך — זאָג איך — אָנצינדן אַלע בענק. מער — זאָג איך — טרעט איך דאָרט נישט אַריבער די שוועל!"

 

דערווייל גייען אַוועק נאָך צוויי טעג, לייען איך אין די צייטונגען, אַז מ'האָט באַגנבעט אַ באַנק, ערגעץ אין די בראָנקס. לויף איך אַוועק צום פּרעזידענט פון מיין באַנק און זאָג אים:

 

— ס'איז ביטער!

 

מאַכט ער צו מיר: — וואָס איז דער מער?

 

זאָג איך: — מ'גנבעט!

 

זאָגט ער: — ביי מיר וועט מען נישט גנבענען! מיין באַנק איז באַוואָרנט.

 

זאָג איך: — נו, און וואָס טוט איר, למשל,  אַז אייער קאַסירערל כאַפּט=צו ס'געלט און אַנטלויפט?

 

זאָגט ער: — מיסטער, איר ווייסט נישט וואָס איר רעדט!

 

זאָג איך: — נו, מילא... ווייס איך  נ י ש ט   וואָס איך רייד... ס'איז מיר נישט געלעגן... אָבער נייע גראַטעס האָט איר געמאַכט?..

 

זאָגט ער: — ניין.

 

זאָג איך: — נו, און די געביידע האָט איר איבערגעבויט, צי אויך נישט?

 

מאַכט ער: — ביטע, הערט אויף צו באַדערן.

 

זאָג איך: — אויב איר האָט נישט געמאַכט קיין נייע גראַטעס און די געביידע האָט איר אויך נישט איבערגעבויט, און דאָס שיינע קאַסירערל אייערס האָט איר נישט אָפּגעשאַפט, טאָ גיט זשע מיר אַהער — זאָג איך — די געלטער!

 

זאָגט ער: — איר מוזט וואַרטן ביז וואַנען עס וועט זיין פולע צוויי וואָכן.

 

זאָג איך: — אָלרייט. איכ'ל וואַרטן. אָבער ווייסט איר וואו איכ'ל וואַרטן? אָט דאָ אינדרויסן, פאַר דער באַנק וועל איך וואַרטן. איר וועט ביי מיר — זאָג איך — קייען די ערד און קיין סאַטיספאַקציע — זאָג איך — וועט איר ביי מיר נישט אויספירן. איך זאָל אַפילו וויסן, אַז מיינע קינדער וועלן בלייבן אָן אַ טאַטן, וועל איך מיך נישט רירן פון דרויסן, ביז וואַנען איכ'ל נישט האָבן צוריק דאָס געלט. איכ'ל נישט איבערלאָזן — זאָג איך — די באַנק אויף הפקר. איך — זאָג איך — וועל וואַטשן און מיין לאַנדסמאַן, וואָס וואוינט קעגנאיבער, וועט וואַטשן... ס'עט זיך — זאָג איך — טאָן חושך! אָט אַזאַ מין איד בין איך!... איכ'ל דאָ שטיין אינדרויסן — זאָג איך — אין די גרעסטע פרעסט, און לאָמיר זען — זאָג איך — טוט מיר עפּעס!

 

מאַכן ער צו מיר: — איר זייט אַ מאָדנער מענטש, קומט אַראָפּ מיט מיר אונטן אין באַנק, וועל איך אייך הייסן אויסצאָלן — זאָגט ער — אייערע צוואַנציק דאָלער.

 

זאָג איך: — ניין! אַזעלכע מאָנקי=ביזנעס גייען ביי מיר נישט, און ווייל — זאָג איך — איר ווילט מיר צוריקגעבן ס'געלט, וויל איך עס דווקא נישט נעמען. איר קענט מיך — זאָג איך — נישט צווינגען דערצו...

 

זאָגט ער: — אָלרייט, נעמט  נ י ש ט  אַרויס ס'געלט.

זאָג איך: — נעווערמאַין, "נעמט נישט אַרויס ס'געלט". אַז איכ'ל וועלן, וועל איך אַרויסנעמען.

 

זאָגט ער: — ביטע, גייט אַרויס און הערט אויף נודיען!

 

זאָג איך: — אָלרייט, איך גיי, אָבער איכ'ל  ש ט י י ן   א י ן   ד ר ו י ס ן.  אין די גרעסטע פרעסט וועל איך שטיין אינדרויסן און וואַטשן מיינע געלטער. און מיין אומשולדיק בלוט — זאָג איך — און דאָס בלוט פון מיינע אומשולדיקע יתומים וועט פאַלן — זאָג איך — אויף אייערע קעפּ. באַנדיט, — זאָג איך — וואָס איר זייט! די עלעקטרישע שטול — זאָג איך — איז פאַר אייך ווייניק... היצל! מערדער! געוואַל=ל=ד!

 

און איך נעם שרייען מיט אַלע כוחות.

 

***

 

דער סוף איז געווען, אַז מ'האָט מיר אָפּגעגעבן די צוואַנציק דאָלער און, אַהיימגייענדיק פון באַנק, האָט מען זיי ביי מיר אַרויסגעגנבעט פון קעשענע...

און פון דעמאָלט אָן האָב איך זיך געגעבן אַ שבועה, אַז מיין פוס זאָל נישט אַריבערטרעטן די שוועל פון אַ באַנק. ס'איז רעגעלע באַנדיטן, איז דאָס! קעשענע=גנבים! לאָזן זיי זיך אָנצינדן!

~~~~~ 

דער קלאַסישער אידישער הומאָריסט משה נאַדיר (ריכטיקער נאָמען פון דער היים: יצחק רייז) איז געבאָרן געוואָרן אין נאַראַיעוו אין דער מזרחדיקער גאַליציע אין 1885; ער איז געשטאָרבן אין וואודסטאָק, נ.י. אין 1943.

 

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on March 15, 2007
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations