פון בריסקער רב און ביאַלער רבין האָט איר אַוודאי געהערט, דאָך נישט אַלע ווייסן, אַז דער ביאַלער צדיק, ר’ נחקע, איז פריער געוועזן דעם בריסקער רבס אַ תלמיד מובהק, אַז ער האָט ביי אים געלערנט אַ פּאָר יאָר, און דערנאָך ערשט איז ער נעלם געוואָרן, אָפּגעהאַלטן אַ פּאָר יאָר “גלות”, און איז נתגלה געוואָרן אין ביאַלע.
און אַוועק איז ער מהאי טעמא: מען האָט געלערנט תורה, נאָר די תורה, האָט דער רבי געפילט, איז טרוקענע תורה... מען לערנט, למשל, אַ דין פון שאלות נשים, פון בשר=בחלב, צי דיני ממונות... זייער וואויל! קומט ראובן ושמעון האָבן אַ דין=תורה, קומט אַ משרת אַ שאלה פרעגן, אָדער אַן א ש ה האָט אַ שאלה, - קריגט באותו הרגע דאָס לערנען אַ חיות, לעבט עס אויף און עס האָט אַ ממשלה אויף דער וועלט. אָבער אַזוי, אָן זיי, פילט דער רבי, אַז די תורה, דאָס הייסט: דער גוף פון דער תורה, דער נגלה, דאָס, וואָס עס ליגט פון אויבנאויף - איז טרוקן. נישט דאָס, האָט ער געפילט, איז ת ו ר ת ח י י ם! - תורה דאַרף לעבן! לערנען אַנדערע קבלה=ספרים האָט מען אין בריסק נישט געטאָרט. דער בריסקער רב איז געוועזן אַ מתנגד און בטבע אַ “נוקם ונוטר כנחש”. האָט עמעצער אָנגערירט אַ זוהר, אַ פּרדס, פלעגט ער שעלטן, אין חרם אַריינלייגן! איינעם האָט מען געכאַפּט ביין אַ קבלה=ספר, האָט ער אים געלאָזט אָפּגאָלן די באָרד דורך ערלים! וואָס קלערט איר? דער מענטש איז יצא מדעתו געוואָרן, אין מרה=שחורה אַריינגעפאַלן. און, וואָס מער חירוש איז, עס האָט אים שוין קיין גוטער איד נישט געהאָלפן! - איר שפּילט אייך מיטן בריסקער רב! און פונדעסטוועגן, ווי פאָרט מען עס אַוועק פון בריסקער רבס ישיבה?
אַ צייט לאַנג האָט ער זיך טאַקע געשלאָגן מיט דער דעה.
נאָר איינמאָל האָט מען אים געוויזן אַ חלום. עס האָט זיך אים געחלומט, אַז דער בריסקער רב איז צון אים אַריינגעקומען און געזאָגט: קום נח, וועל איך דיך פירן אין גן=עדן התחתון אַריין. און ער האָט אים אָנגענומען ביי דער האַנט און געפירט. זיי זענען געקומען אין אַ גרויסן פּאַלאַץ אַריין. אין פּאַלאַץ איז נישט געוועזן, נישט קיין טיר און נישט קיין פענצטער, אויסער די טיר, דורך וועלכער זיי זענען אַריינגעגאַנגען. ליכטיק איז דאָך אין פּאַלאַץ געוועזן, ווייל די ווענט, ווי עס האָט זיך דעם רבין געדאַכט, זענען געוועזן פון קריסטאָל און האָבן געשלאָגן פון זיך אַליין אַ ליכטיקן גלאַנץ.
און זיי גייען אַזוי, און גייען און מען זעט נישט קיין סוף.
- האַלט דיך אָן מיין יופּיצע, - מאַכט דער בריסקער רב - דאָ איז פאַראַנען סאַליעס אין לשער ואין לספּר, און קוים רייסטו דיך אָפּ פון מיר, וועסטו פאַרבלאָנדזשען אויף אייביק...
דער רבי טוט אַזוי, און זיי גייען אַלץ ווייטער און ווייטער, און אויפן גאַנצן וועג זעט ער נישט קיין בענקל, קיין שטול, קיין שום כלי=בית, גאָרנישט!
- דאָ זיצט מען נישט, פאַרטייטשט אים דער בריסקער רב, נאָר מען גייט אַלץ ווייטער און ווייטער! - און ער איז אים נאָכגעגאַנגען. און איין זאַל איז גרעסער און ליכטיקער געוועזן פון דער צווייטער, און די ווענט האָבן געשיינט דאָ מיט דער, דאָ מיט אַן אַנדערער קאָליר; דאָ מיט עטלעכע, דאָרט מיט אַלערליי קאָלירן... נאָר קיין מענטשן האָבן זיי נישט געטראָפן אויפן וועג...
דער רבי איז מיד געוואָרן גייענדיק. עס האָט אים באַגאָסן אַ שווייס, אַ קאַלטער שווייס. קאַלט איז אים אויך געוואָרן אין אַלע אברים. דערצו הייבן אים נאָך אָן די אויגן וויי צו טון פון באַשטענדיקן גלאַנץ...
און עס איז אים אָנגעפאַלן אַ שטאַרקע בענקשאַפט, אַ בענקשאַפט צן אידן, צו חברים, צו כל ישראל! אַ קלייניקייט - מען זעט קיין איד נישט פאַר זיך!...
- בענק נישט צו קיינעם, - מאַכט דער בריסקער רב - דאָס איז אַ פּאַלאַץ נאָר פאַר מיר און פאַר דיר... דו וועסט אויך אַמאָל זיין בריסקער רב!
און דער רבי האָט זיך נאָכמער דערשראָקן און אָנגעכאַפּט זיך אָן דער וואַנט, נישט אומצופאַלן. און די וואַנט האָט אים אָפּגעבריט! נאָר נישט ווי פייער בריט, נאָר ווי אייז בריט!
- רבי! - האָט ער אַ געשריי געטון, - די ווענט זענען אייז, נישט קריסטאָל! פּשוט אייז!
דער בריסקער רב שווייגט.
און דער רבי שרייט ווייטער:
- רבי, פירט מיך אַרויס פון דאַנען! איך וויל נישט זיין אַליין מיט אייך! איך וויל זיין צוזאַמען מיט כל ישראל!
און קוים האָט ער עס אַרויסגעזאָגט, איז דער בריסקער רב נעלם געוואָרן און ער איז געבליבן איינער אַליין אין פּאַלאַץ.
קיין וועג, ווי אויס און ווי איין, ווייסט ער נישט; פון די ווענט שלאָגט אויף אים אַ קאַלטער פּחד; און דאָס בענקשאַפט, צון אַ איד, צו דערזען אַ איד, באָדיי אַ שוסטער, אַ שניידער, איז אַלץ ביין אים שטאַרקער געוואָרן. האָט ער אָנגעהויבן שטאַרק צו וויינען...
-רבונו של עולם, - האָט ער זיך געבעטן, - נעם מיך אַרויס פון דאַנען! בעסער אין גיהנום מיט כל ישראל צוזאַמען, איידער דאָ איינער אַליין!”
און באותו הרגע, האָט זיך אים באַוויזן אַ פּראָסט אידל, מיט אַ רויטן בעל=עגלהשן גאַרטל אויף די לענדן, און אַ לאַנגער בייטש אין דער האַנט. דאָס אידל האָט אים, שווייגנדיק, אָנגענומען ביים אַרבל, אַרויסגעפירט פון פּאַלאָץ, און איז - פאַרשוואונדן געוואָרן. אַזאַ חלום האָט מען אים געוויזן!
אַז ער האָט זיך אויפגעכאַפּט פאַרטאָג, קוים וואָס עס האָט אָנגעהויבן גראָען, האָט ער פאַרשטאַנען, אַז עס איז נישט קיין פּראָסטער חלום געוועזן. ער האָט זיך געשווינד אָנגעטון און געוואָלט לויפן אין בית=המדרש אַריין, לאָזן זיך פּותר חלום זיין פון די לומדים, וואָס נעכטיקן אין בית=המדרש. דורכגייענדיק דעם מאַרק, האָט ער אָבער דערזען אַ שטייענדיקע בויד, אַן איינגעשפּאַנטע גרויסע, פאַרצייטישע בויד, און ביי דער בויד איז געשטאַנען אַ בעל=עגלה, מיט אַ רויטן גאַרטל אַרום די לענדן, אַ לאַנגע בייטש אין דער האַנט, און פּונקט אַזאַ אידל, ווי דער, וואָס האָט אים אין חלום אַרויסגעפירט פון פּאַלאַץ.
שטויסט ער זיך, אַז “דברים בגו”; גייט ער צו און פרעגט:
- וואואַהין פאָרט אַ איד?
- נישט ד י י ן וועג! - ענטפערט דער בעל=עגלה גאָר גראָב.
- פאָרט? - בעט ער זיך, - אפשר וועל איך מיטפאָרן!
דער בעל=עגלה האָט זיך אַביסל פאַרטראַכט און דערנאָך געענטפערט:
- און צופוס, - זאָגט ער - קען אַזאַ בחור נישט גיין? גיי דיר ד י י ן וועג!
- און וואואַהין זאָל איך גיין?
- וואו די אויגן וועלן דיך טראָגן, - ענטפערט דער בעל=עגלה און דרייט זיך אָפּ, - מיין דאגה!
דער רבי האָט פאַרשטאַנען, און האָט זיך געלאָזט אין גלות אַריין!
ווי געזאָגט, נתגלה איז ער געוואָרן עטלעכע יאָר שפּעטער אין ביאַלע. (עד מפּי עד, ווי אַזוי עס איז געוועזן, דערצייל איך נישט; כאָטש עס איז מויל און אויערן אויפצושטעלן!) און, לערך אַ יאָר נאָך זיין התגלות, האָט מיך אַ ביאַלער בעל=הבית, ר’ יחיאל האָט ער געהייסן, אַראָפּגעברענגט צו זיך פאַר אַ מלמד.
לכתחילה האָב איך אַפילו נישט געוואָלט אָננעמען דאָס מלמדות. ר’ יחיאל, מוזט איר וויסן, איז געוועזן אַן עושר, אַ פאַרצייטישער, אָנגעשטאָפּטער עושר. די טעכטער פלעגט ער געבן צו טויזנט רענדלעך נדן און טון מיט די גרעסטע רבנים, און זיין לעצטע שנור איז געוועזן טאַקע דעם בריסקער רבס טאָכטער!
פאַרשטייט איר דאָך אַליין, אַז אויב דער בריסקער רב מיט די רעשט מחותנים זענען חולקים, מוז ר’ יחיאל אויך זיין אַ חולק... און איך בין דווקא אַ ביאַלער חסיד, נו - ווי לאָזט מען זיך אין אַזאַ הויז אַריין?
האָט עס מיך אָבער פאָרט געצויגן קיין ביאַלע! אַ קלייניקייט - מיטן רבין אין איין שטאָט! געקלערט אַהין, געקלערט אַהער, איך פאָר!
און ר’ יחיאל אַליין, האָט זיך אויסגעוויזן, איז אַן אמת פּשוטער, כשרער איד. איך בין אייך אַפילו ערב, אַז זיין האַרץ האָט געצויגן צון אַ רבין ווי מיט צוואַנגען. וואָרעם באמת, קיין למדן איז ער נישט געוועזן, אויפן בריסקער רב פלעגט ער אַוודאי קוקן ווי אַ האָן אויפן בני אדם! ווערט ער מיר נישט צו האַלטן זיך אין ביאַלער רבין, נאָר ער אַליין איז זיך מתרחק. אַז איך דערצייל עפּעס פון רבין מאַכט ער זיך גענעצן, כאָטש די אויערן, זע איך, שפּיצט ער אויף. נאָר דער זון זיינער, דעם בריסקער רבס איידעם, דער קנייטשט איין דעם שטערן, קוקט אויף מיר מיט כעס און ליצנות צוזאַמען. נאָר שפּאַרן שפּאַרט ער זיך נישט; ער פלעגט בטבע ווייניק ריידן.
ויהי היום, - ר’ יחיאלס שנור, דעם בריסקער רבס טאָכטער, דאַרף גיין צו קינד! דאַכט זיך, מאַלע אַ ווייבל גייט צו קינד? איז אָבער אַ מעשה דערביי! געוואוסט האָט מען, אַז דער בריסקער רב, ווייל ער האָט אַ חסיד אָפּגעגאָלט, דאָס הייסט: געהייסן אָפּגאָלן באָרד און פּאות, איז ניזוק געוואָרן פון די צדיקי הדור. ביידע צוויי זין זענען אים, לא עליכם, במשך אַ פינף=זעקס יאָר, נפטר געוואָרן, און אַלע זיינע דריי טעכטער האָבן קיין בנים זכרים נישט געהאַט. דערביי איז נאָך יעדע פון זיי געוועזן, רחמנא ליצלן, אַ מקשה לילד, בשעת מעשה געוועזן יעדעס מאָל מער דאָרטן ווי דאָ! אַז מען האָט אָבער מן השמים געוואָלט, עס זאָל זיין מחלוקת, האָבן אַלע געזען און געוואוסט, אַז עס איז אַן עונש פון די צדיקי הדור אויפן בריסקער רב, נאָר ער אַליין, מיט זיינע ליכטיקע אויגן, האָט עס נישט געזען! און אפשר - נישט געוואָלט זען! ער האָט ווייטער געפירט זיין התנגדות ביד חזקה - מיט חרמות, און תקיפות פון אנשי חייל, ווי אין יענע צייטן...
מיר איז גיטעלע (אַזוי האָט זי, דעם בריסקער רבס טאָכטער, געהייסן) באמת אַ שאָד געוועזן, זייער אַ שאָד געוועזן. ערשטנס - אַ אידישע נשמה; צווייטנס - אַ אידישע, כשרע נשמה; עס איז נאָך אַזאַ צדקית, אַזאַ כשרע זאַך אויף דער וועלט נישט געוועזן...
קיין איינציקע אָרעמע בלה האָט אָן איר הילף נישט חתונה געהאַט; אַזאַ זיידענע בריאה! און דאָס דאַרף געשטראָפט ווערן פאַרן פאָטערס כעס! און דעריבער, אַזוי ווי איך האָב נאָר באַמערקט, אַז די באָדע הייבט זיך אָן דרייען אין שטוב, האָב איך שוין אָנגעהויבן אַרבעטן אויף אַלע כלים, מען זאָל שיקן צום ביאַלער רבין... זאָל זיין אַ קוויטל אָן אַ פּדיון, באשר - ער דאַרף נייטיק פּדיונות!...
דער ביאַלער רבי האָט גאָר ווייניק געהאַלטן פון פּדיונות!
מיט וועמען אָבער רעדט מען?
איך פּרואוו מיטן בריסקער רבס איידעם, און, איך ווייס - אַז ממש נפשו קשורה בנפשה, וואָרן, ווי ער האָט זיך נישט באַהאַלטן, האָט עס דאָס שלום=בית אַרויסגעשמעקט פון יעדן ווינקעלע, פון אַלע זייערע תנועות און העוויות, - איז ער דאָך אָבער דעם בריסקער רבס איידעם! שפּייעט ער אויס, גייט ער אַוועק און לאָזט מיך שטיין מיט אַן אָפן מויל.
נעם איך מיך צו ר’ יחיאלן אַליין, ענטפערט ער מיר: עס איז דעם בריסקער רבס טאָכטער! איך וועל עס אים, דעם בריסקער רב, נישט טון, אפילו ביי סכנות נפשות, חס=ושלום! פּרואוו איך מיך מיט זיין פּלוניתטע - אַ בשרע אידענע, נאָר אַ פּראָסטע, - ענטפערט זי מיר כהאי לישנא: זאָל מיין מאַן הייסן, שיק איך באַלד צום רבין מיין יום=טובדיק שטערנטיכל מיט די אוירינגלעך; אַ מטמון מיט געלט האָט עס געקאָסט! נאָר אָן מיין מאַן, נישט קיין פּחות משווה פּרוטה - נישט אַ פּיפּיץ!
- אָבער אַ קוויטל... וואָס שאַט אייך אַ קוויטל?
- אָן מיין מאַנס וויסן, גאָרנישט! - ענטפערט זי, טאַקע ווי אַ כשרע אידענע דאַרף ענטפערן, און דרייט זיך אָפּ פון מיר. און איך זע, אַז זי וויל נאָר באַהאַלטן די טרערן, - אַ מאַמע; לב יודע - איר האַרץ האָט שוין געפילט די סכנה...
אַז איך האָב אָבער געהערט דעם ערשטן געשריי, בין איך אַ ל י י ן געלאָפן צום רבין.
- שמעיה, - ענטפערט ער מיר, - וואָס זאָל איך טון? איך וועל מתפּלל זיין!
- גיט מיר, רבי, - בעט איך, - פאַר דער יולדת, וואָס עס איז - אַ שמירהלע, אַ מטבע, אַ קמיעלע... וואָס עס איז גיט מיר...
- עס וועט, חס=ושלום, ערגער מאַכן, - ענטפערט ער, - אָן אמונה שאַטן אַזוינע זאַכן, און זי האָט דערינען קיין אמונה נישט...
וואָס האָב איך געקענט טון? עס איז די ערשטע טעג סוכות, זי איז מקשה לילד, העלפן קען איך נישט, בלייב איך שוין בעסער ביים רבין אין שטוב. אַ בן=בית בין איך געוועזן, טראַכט איך מיר, איך וועל קוקן יעדער רגע מיט געבעט צום רבין, אפשר וועט ער זיך מרחם זיין...
הערן הערט זיך, אַז עס איז נישט גוט. דעם דריטן טאָג שטייען שוין די ווייען... מען האָט שוין אַלץ געטון, וואָס מען האָט געקענט: די שוהל איינגעריסן, קברים געמאָסטן, הונדערטער פונט ליכט אויסגעברענט אין שוהל, אין בתי=מדרשים, היינט צדקה - אַ מטמון!... עס איז דען נאָכצודערציילן? אַלע קליידער=שענק זענען געשטאַנען אָפן; אַ באַרג מיט אַלערליי מטבעות איז געלעגן אויפן טיש, און אָרעמעלייט זענען אַריינגעקומען און גענומען, ווער עס וויל, וואָס ער וויל, וויפל ער וויל!
עס האָט מיך שטאַרק אָנגעכאַפּט דאָס האַרץ.
- רבי - זאָג איך, עס שטייט דאָך: צדקה תציל ממות.
און ער ענטפערט מיר, שלא ממין הטענה, דאַכט זיך:
- אפשר וועט קומען דער בריסקער רב!
און באותו הרגע קומט אַריין ר’ יחיאל! צום רבין רעדט ער נישט, גלייך ער וואָלט אים נישט געזען, נאָר -
- שמעיה, זאָגט ער צו מיר, און כאַפּט מיך אָן ביים לאַץ, הינטן שטייט אַ פור, גיי, זעץ דיך אויף און פאָר צום בריסקער רב, זאָל ער קומען...
און געפילט האָט ער שוין, אַפּנים, אין וואָס עס גייט, וואָרעם צוגעגעבן האָט ער:
- זאָל ער אַליין זען, וואָס עס טוט זיך! זאָל ער זאָגן, וואָס צו טון!
און אַ פּנים האָט ער געהאַט, וואָס זאָל איך אייך זאָגן, - מתים זענען שענער פאַר אים!
מילא, פאָר איך! טראַכטן, טראַכט איך מיר, אַז אויב דער רבי ווייסט, אַז ער וועט קומען, וועט שוין עפּעס דערפון אַרויס! אפשר נאָך אַ שלום! דאָס הייסט: נישט צווישן בריסקער רב מיטן ביאַלער רבין, זיי אַליין האָבן קיין מחלוקת נישט געפירט, נאָר צווישן די צדדים בכלל! וואָרעם באמת, אַז ער וועט קומען, וועט ער דאָך זען! אויגן האָט ער דאָך!
נאָר מן השמים, אַפּנים, לאָזט מען אַזאַ זאַך, אַזוי געשווינד, נישט צו. מן השמים האָט מען מיט מיר מלחמה געהאַלטן. קוים בין איך אַרויסגעפאָרן פון ביאַלע, גיט זיך איבערן הימל אַ יאָג אַ כמאַרע, אָבער ווי הייסט אַ כמאַרע! אַ שוואַרצער שווערער וואָלקן ממש ווי אַ סמאָלע, און אַ בלאָז האָט פּלוצים געטון, גלייך עס וואָלטן רוחות געפלויגן און פון אַלע זייטן מיטאַמאָל. אַ פּויער, להבדיל, פאַרשטייט זיך אויף אַזוינע זאַכן, צלמט ער זיך און זאָגט, אַז עס וועט זיין, חס=ושלום, אַ שווערער וועג, און ווייזט מיר מיט דער בייטש אין הימל אַריין... תוך כדי דיבור מאַכט זיך נאָך אַ שטאַרקערער ווינט, ער צערייסט די כמאַרע, ממש ווי מען צערייסט אַ שטיק פּאַפּיר, און הייבט אָן צו יאָגן און צו טרייבן א י י ן שטיק כמאַרע אויף דער צווייטער, איינע אויף דער צווייטער, גלייך ער וואָלט קריע געטריבן אויף אַ טייך. איך האָב שוין איבערן קאָפּ צוויי שטאָק און דריי שטאָק כמאַרע. לכתחילה האָב איך אַפילו קיין מורא נישט געהאַט. אויסגענעצט ווערן איז ביי מיר קיין נייעס נישט געוועזן און פאַר דונערן שרעק איך מיך נישט. ערשטנס דונערט נישט סוכות=צייט און צווייטנס - נאָכן רבינס שופר=בלאָזן! מיר האָבן אַ קיימא=לן, אַז נאָך אַזאַ שופר=בלאָזן האָט אַ גאַנץ יאָר קיין דונער קיין שליטה נישט! אַז עס האָט אָבער ראַפּטעם געגעבן אַ פלאַסק מיר אין פּנים אַריין, ווי מיט אַ בייטש... איין מאָל, דאָס צווייטע מאָל, דאָס דריטע מאָל... איז מיר טאַקע דער מוטערס מילך אַנטפאַלן; איך האָב געזען בחוש, אַז דער הימל פּאַטשט מיך, אַז מען טרייבט מיך צוריק!
און דער פּויער, להבדיל, בעט זיך אויך: לאָמיר צוריקפאָרן.
איך ווייס אָבער, עס איז סכנות נפשות. איך זיץ אויף דער פור, און, אינעם שטורעם, הער איך, ווי די יולדת קרעכצט, ווי דעם בריסקער רבס איידעמס פינגער קנאַקן; ער ברעכט זיך די הענט; אויך זע איך פאַר מיר ר’ יחיאלס שוואַרץ פּנים מיט די איינגעפאַלענע, ברענענדיקע אויגן! פאָר, בעט ער מיך, - פאָר - און מיר פאָרן.
און דאָ גיסט און גיסט, עס גיסט פון אויבן, עס שפּריצט פון אונטער די רעדער, און פון אונטער די פערדס פיס. און דער וועג ווערט אינגאַנצן פאַרגאָסן, ממש באַדעקט מיט וואַסער. איבערן וואַסער גייט אַ פּיאַנע. די פור, דאַכט זיך, הייבט שוין אָן שווימען - - וואָס זאָל איך אייך דערציילן? מיר האָבן נאָך דערצו געבלאָנדזשעט... נאָר אויסגעהאַלטן האָב איך!
מיטן בריסקער רב בין איך געקומען אויף הושענה=רבה!
נאָר, דעם אמת צו זאָגן, אַזוי ווי דער בריסקער רב האָט זיך אַרויפגעזעצט אויף דער פור, איז שטיל געוואָרן! די כמאַרע האָט זיך איבערגעריסן, פון שפּאַלט האָט זיך אַרויסגעוויזן די זון, און מיר זענען בשלום שיין און טרוקן אַריינגעפאָרן קיין ביאַלע. דער פּויער, להבדיל, האָט עס אַפילו באַמערקט און געזאָגט אויף זיין לשון: וועלקי ראַבין, צי דיוזשי ראַבין!...
נאָר דער עיקר איז געוועזן אונדזער אַריינקומען!
ווי די היישעריקן זענען צון אים צוגעפאַלן די ווייבער, וואָס זענען אין שטוב געוועזן... כמעט אויפן פּנים זענען זיי פאַר אים געפאַלן און געוויינט... די יולדת פון דער צווייטער שטוב הערט מען נישט, אָדער דורכן געוויין פון די ווייבער, אָדער, טראַכט איך, זי האָט שוין, חס=ושלום, קיין כח נישט צו קרעכצן... ר’ יחיאל האָט אונדז אַפילו נישט געזען, ער איז געשטאַנען אַריינגעדריקט מיטן שטערן אין אַ שויב, דער קאָפּ האָט אים אַפּנים געברענט...
דעם בריסקער רבס איידעם, דרייט זיך אויך נישט איבער דערלאַנגען שלום. ער שטייט מיטן פּנים צו דער וואַנט, און איך זע בחוש, ווי דער גוף זיינער ציטערט און ווי דער קאָפּ קלאַפּט אָן דער וואַנט!...
איך האָב געמיינט, איך פאַל! אַזוי האָט מיך דער צער און די שרעק דורך און דורך גענומען. עס איז מיר קאַלט געוואָרן אין אַלע אברים, איך האָב געפילט, אַז די נשמה ווערט אין מיר קאַלט!...
נאָר, צי האָט איר געקענט דעם בריסקער רב?
דאָס איז געוועזן אַ מענטש - אַן עמוד ברזל, זאָג איך אייך!
אַ הויכער, הויכער איד, טאַקע “משכמו ומעלה”... אַן אימה האָט ער געוואָרפן, ווי אַ מלכות! - אַ ווייסע לאַנגע באָרד, איין שפּיץ, געדענק איך נאָך ווי היינט, האָט זיך אים אַריינגערוקט אונטערן גאַרטל, דער צווייטער שפּיץ באָרד ציטערט איבערן גאַרטל...
ברעמען - ווייסע, דיקע, לאַנגע - אַ האַלב פּנים האָבן זיי אים פאַרשטעלט. און, אַז ער האָט זיי אויפגעהויבן - רבונו של עולם! די נשים זענען ממש צוריקגעפאַלן, ווי פון אַ דונער צוריקגעוואָרפן, אַזוינע אויגן האָט ער געהאַט! - חלפים, בלאַנקע חלפים האָבן אין זיי געבליצט! און אַ געשריי האָט ער געטון ווי אַ לייב: אַוועק נשים!
דערנאָך האָט ער שטילער און איידעלער געפרעגט:
- און וואו איז מיין טאָכטער?
מען האָט אים געוויזן.
ער איז אַריינגעגאַנגען, און איך בין געבליבן שטיין ממש אַרויס פון די כלים: אַזוינע אויגן, אַזאַ בליק, אַזאַ קול! עס איז גאָר אַן אַנדערער דרך, אַן אַנדערע וועלט! דעם ביאַלער רבינס אויגן לייכטן אַזוי גוט, אַזוי שטיל, עס קומט אַריין אַ חיות אין האַרץ; ער וואַרפט אויף דיר אַ בליק, האָט ער דיך מיט גאָלד באַשיט... און זיין קול, דאָס זיסע קול, דאָס סאַמעטן=זיסע קול - רבונו של עולם, - ביים האַרץ כאַפּט עס אָן, ביים האַרץ גלעט עס אַזוי שטיל, אַזוי מחיהדיק... נישט קיין מורא, חס=ושלום, האָט מען פאַר’ן, נאָר די נשמה צעגייט אין ליבשאַפט, אין מתיקות פון ליבשאַפט, זי וויל אַרויס פון גוף און באַהעפטן זיך מיט זיין נשמה... זי רייסט זיך, ווי, להבדיל, אַ זומער=פליגעלע צו אַ העלער פלאַם!... און דאָ - רבונו של עולם: אימה ופמחד! אַ גאון, אַ פאַרצייטישער גאון! און ער גייט אַריין צון אַ יולדת!
“ער וועט פון איר מאַכן”, - שרעק איך מיך - “אַ גל=של=עצמות!”
לויף איך צום רבין.
און דער רבי באַגעגנט מיך באַלד אין טיר מיט אַ שמייכל:
- האָסט געזען, - מאַכט ער, - כבוד התורה? ריינעם כבוד התורה?
איך האָב מיך באַרואיקט. אַז דער שמייכלט, טראַכט איך, איז גוט! -
און עס איז טאַקע גוט געוועזן. שמיני=עצרת איז זי איבערגעקומען. שמחת תורה האָט שוין דער בריסקער רב געזאָגט תורה ביים טיש. איך האָב געוואָלט אַפילו ערגיץ אַנדערש זיין ביים טיש, נאָר איך האָב מורא געהאַט. בפרט, אַז מיט מיר איז געוועזן אַ מנין... מען וועט בענטשן נברך אלקינו...
מילא, וואָס זאָל איך אייך פאַרציילן? דעם בריסקער רבס תורה? אויב די תורה איז אַ ים, איז ער געוועזן דער לוויתן אין ים, - מיט איין תנועה גיט ער אַ שווים דורך צען מסכתות; מיט איין תנועה מישט ער אויס ש”ס ופּוסקים! אַז עס הילעכט און שפּריצט, און זידט און קאָכט, טאַקע, ווי מען פאַרציילט פון אמתן ים... דעם קאָפּ האָט ער מיר צעשרויפט... נאָר “לב יודע מרת נפשו”! דאָס האַרץ מיינס האָט פאָרט נישט געהאַט קיין שמחת יום=טוב! און דעמאָלט האָב איך מיך דערמאַנט אין רבינס חלום... און איך בין פאַרשטאַרט געוואָרן! די זון איז געלעגן אין פענצטער, וויין האָט ביים טיש נישט געפעלט, דער גאַנצער עולם, זע איך, שוויצט, און מיר? מיר איז געוועזן קאַלט, קאַלט ווי אייז! און דאָרטן, האָב איך געוואוסט, זאָגט מען אַנדערע תורה... דאָרטן איז ליכטיק און וואַרעם... יעדעס וואָרט איז דורכגעוועבט און דורכגעווייקט מיט אהבה און דבקות... מלאכים, פילט מען, פליען אַרום שטוב; ממש מען הערט, ווי עס רוישן די גרויסע, ווייסע פליגל... איי, רבונו של עולם! נאָר אַוועקגיין טאָר מען נישט!
פּלוצלינג, האַקט ער איבער, דער בריסקער רב, און גיט אַ פרעג:
- וואָס פאַראַ רבין האָט איר עס דאָ?
- איינעם, אַ נח, ענטפערט מען אים.
מילא, שניידט עס מיך ביים האַרץ! “איינעם, אַ נח” - אַך, די חנופה, די חנופה!
- אַ בעל=מופת? פרעגט ער ווייטער.
- ווייניק, מען הערט נישט... ווייבער אַפילו פאַרציילן, נאָר ווער הערט זיי?
ער נעמט אַ ז ו י געלט, אָן מופתים...
זאָגט מען אים שוין דעם אמת, אַז געלט נעמט ער ווייניק און גיט אַ סך אַוועק.
דער בריסקער רב פאַרקלערט זיך.
- און לערנען קען ער?
- מען זאָגט - אַ גדול!
- פון וואַנען איז ער, דער נח?
קיינער ווייסט נישט, און איך מוז ענטפערן. מאַכט זיך שוין אַ שמועס צווישן מיר מיטן בריסקער רב.
- איז ער נישט, דער נח, אַמאָל אין בריסק געוועזן? פרעגט ער.
- צי דער רבי, שטאַמל איך, איז געוועזן אין בריסק? דאַכט זיך - יאָ!
- אַה! מאַכט ער - אַ חסיד זיינער! און עס האָט זיך מיר געדאַכט, אַז ער האָט אויף מיר אַ קוק געטון ווי אויף אַ שפּין.
און ער האָט זיך איבערגעדרייט צום עולם:
- ביי מיר, - זאָגט ער, - איז אַמאָל געוועזן אַ תלמיד “נח”.... אַפילו אַ גוט קעפּל, נאָר עס האָט אים געצויגן אין יענער זייט אַריין - - - איך האָב אים איין מאָל געזאָגט, צוויי מאָל... איך האָב אים געוואָלט זאָגן צום דריטן מאָל, מזהיר זיין, איז ער מיר נעלם געוואָרן... צי איז עס נישט ד ע ר ?
- ווער ווייסט?
און ער הייבט אָן אויסמאָלן: אַ דאַרער, אַ קליינער, אַ שוואַרץ בערדל, שוואַרצע געקרייזלטע פּאות, אַ פאַרטראַכטער, אַ שטיל קול און דערגלייכן.
- עס קען זיין, זאָגט דער עולם, אַז דאָס איז ער; קרוב לאמת!
איך האָב שוין גאָט געדאַנקט, אַז מען האָט אָנגעהויבן בענטשן.
נאָר נאָך דעם בענטשן איז געשען אַזוינס, וואָס עס האָט זיך מיר גאָרנישט געקענט חלומען.
דער בריסקער רב הייבט זיך אויף פון בענקל, רופט מיך אַוועק אין אַ זייט און זאָגט מיר שטילערהייט: פיר מיך צו ד י י ן רבין און מ י י ן תלמיד. נאָר, הערסט, - קיינער זאָל נישט וויסן!
מן הסתם פאָלג איך, נאָר אויפן וועג פרעג איך אים מיט שרעק:
- בריסקער רב, זאָג איך, מיט וואָס פאַראַ כוונה גייט איר?
און ער ענטפערט מיר פּשוט:
- עס איז מיר איינגעפאַלן ביים בענטשן, אַז איך בין ביז אַהער געוועזן אַ דן שלא בפניו... זען וויל איך, איך וויל אַליין זען, און אפשר, - האָט ער שפּעטער צוגעגעבן - וועט מיר גאָט העלפן, איך אַרויסראַטעווען מיינס אַ תלמיד.
- ווייסט, שייגעץ, - מאַכט ער ווייטער מיט הלצה, - אַז אויב דיין רבי איז ד ע ר נח, וואָס האָט ביי מיר געלערנט, קען ער זיין אַ גדול בישראל, אַ בריסקער רב אַמאָל!
אַצינד האָב איך שוין זיכער געאוואוסט, אַז דאָס איז ער, און דאָס האַרץ האָט ערשט אָנגעהויבן צאַפּלען...
און די צוויי בערג האָבן זיך צוזאַמענגעטראָפן... אַז איך בין אינדערמיט נישט געבליבן אויפן אָרט, איז טאַקע אַ נס מן השמים.
דער ביאַלער רבי, זכרונו לברכה, פלעגט שמחת תורה אַרויסשיקן די חסידים שפּאַצירן אַרום דער שטאָט, און ער אַליין איז זיך געזעסן אויפן גאַניקל, און געקוקט, און מקבל נחת געוועזן...
עס איז נישט געוועזן היינטיק ביאַלע. עס איז געוועזן דעמאָלט גאָר אַ קליין שטעטל. סאַמע קליינע, נידעריקע, געבויטע הייזלעך; אויסער דער שוהל מיטן רבינס בית=המדרש. דעם רבינס גאַניקל איז געוועזן אויפן צווייטן שטאָק און מען האָט פון גאַניקל אַלץ געזען ווי אויף דער האַנט - די בערגלעך פון מזרח=זייט, דעם טייך פון מערב... - - און דער רבי זיצט אויפן גאַניקל און קוקט. דערזעט עטלעכע חסידים, וואָס גייען און שווייגן, וואַרפט ער זיי אַראָפּ פון דער הייך אַן התחלה פון אַ ניגון. זיי כאַפּן אונטער און גייען שוין ווייטער זינגענדיק -- און כיתות, כיתות גייען פאַרביי, און לאָזן זיך אַרויס פון שטאָט, מיט געזאַנג, מיט אמתער פרייד, מיט אמתער שמחת תורה... און דער רבי פלעגט זיך נישט רירן פון גאַניקל.
דעמאָלט אָבער האָט דער רבי, אַפּנים, דערהערט אַנדערע טריט, האָט ער זיך אויפגעהויבן און איז אַקעגנגעגאַנגען דעם בריסקער רב.
- שלום=עליכם, רבי, מאַכט ער מיט עניוות און מיט זיין זיס קול.
- עליכם=שלום, נח! - האָט דער בריסקער רב געענטפערט.
- זיצט, רבי!
דער בריסקער רב זעצט זיך און דער ביאַלער רב שטעלט זיך פאַר אים.
- זאָג נאָר, נח! - מאַכט דער בריסקער רב מיט אויפגעהויבענע ברעמען, - וואָס ביסטו עס אַנטלאָפן פון מיין ישיבה? וואָס האָט דיר דאָרטן געפעלט?
- עס האָט מיר, רבי, - ענטפערט ער געלאַסן, - אָטעם פאַרפעלט... איך האָב נישט געקענט דעם אָטעם כאַפּן...
- ווי הייסט? וואָס רעדסטו, נח?
- נישט מיר, פאַרטייטשט דער רבי מיט אַ שטילער קול - נאָר מיין נשמה האָט אָטעם פאַרפעלט...
- פאַרוואָס, נח?
- אייער תורה, רבי, איז סאַמע דין, אָן רחמים איז זי! אָן אַ פונק חסד איז אייער תורה! און דעריבער איז זי אָן שמחה, אָן פרייען אָטעם... סאַמע ברזל ונחושת, אייזערנע חוקים, קופּערנע דינים... און סאַמע הויכע תורה, פאַר לומדים, פאַר יחידי סגולה!...
דער בריסקער רב שווייגט און דער רבי זאָגט ווייטער: און זאָגט מיר, רבי, וואָס האָט איר פאַרן כ ל ל ישראל? וואָס האָט איר, רבי, פאַרן האָלץ=העקער, פאַרן קצב, פאַרן בעל=מלאכה, פאַרן פּראָסטן איד?... בפרט - פאַר אַ זינדיקן איד? וואָס, רבי, האָט איר פאַר נ י ש ט למדים?
דער בריסקער רב שווייגט, גלייך ער פאַרשטייט נישט, וואָס מען רעדט צו אים. און דער ביאַלער רבי שטייט אַלץ פאַר אים און זאָגט ווייטער מיט זיין זיס קול:
- זייט מיר מוחל, רבי, נאָר דעם אמת מוז איך אייך זאָגן... ה אַ ר ט איז געוועזן אייער תורה, האַרט און טרוקן, ווייל זי איז נאָר דער גוף און נישט די נשמה פון דער תורה!
- די נשמה? - פרעגט דער בריסקער רב און רייבט זיך דעם הויכן שטערן.
אַוודאי! אייער תורה, רבי, האָב איך געזאָגט, איז נאָר פאַר יחידי סגולה, פאַר למדנים, נישט פאַר כל ישראל. און די ת ו ר ה מוז זיין פאַר כל ישראל! די שכינה מוז רוען אויף כל ישראל! וואָרן די תורה איז די נשמה פון כל ישראל!
- און דיין תורה, נח?
- איר ווילט זי זען, רבי?
- תורה - זען? וואונדערט זיך דער בריסקער רב.
- קומט, רבי, איך וועל זי אייך ווייזן!... איך וועל אייך איר גלאַנץ ווייזן; די שמחה, וואָס שטראַלט אַרויס פון איר אויף אַלץ, אויף כל ישראל!
דער בריסקער רב רירט זיך נישט.
- איך בעט אייך, רבי, קומט, נישט ווייט!
ער האָט אים אַרויסגעפירט אויפן גאַניקל. שטילערהייט בין איך זיי נאָכגעגאַנגען.
דער רבי האָט דאָך דערפילט: מעגסט נאָכגיין, - מאַכט ער, - שמעיה, היינט וועסטו אויך זען... דער בריסקער רב וועט אויך זען... ש מ ח ת ת ו ר ה וועט איר זען... איר וועט זען אמתע שמחת תורה!
און איך האָב געזען דאָס אייגענע, וואָס אַלע שמחת תורה, נאָר איך האָב אַ נ ד ע ר ש געזען... ווי אַ פאָרהאַנג איז מיר אַוועקגעפאַלן פון די אויגן.
אַ גרויסער, ברייטער הימל - ממש אין=סוף, און בלאָ, אַזוי העל בלאָ איז דער הימל געוועזן, אַז עס האָט מחיה געוועזן דאָס אויג. איבערן הימל זענען געשוואומען ווייסע, ממש זילבערנע, וואָלקנדלעך, און אַז מען האָט זיך אין זיי איינגעקוקט, האָט מען געזען, ווי זיי ציטערן ממש פאַר פרייד, ווי זיי טאַנצן אונטער מיט שמחת תורה! הינטן ווייטער האָט אַרומגענומען די שטאָט אַ גרינער, ברייטער גאַרטל, אַ טונקל=גרינער, נאָר דאָס גרינע איז געוועזן לעבעדיק גרין, אַזוי לעבעדיק, גלייך עס וואָלט אַ “חיות” אַרומגעפלויגן צווישן די גראָזן; וואָסאַמאָל, האָט זיך געדאַכט, פלאַמט ערגיץ אַנדערש אויס אַ חיות, אַ געשמאַק, אַ לעבן; - מען האָט געזען בחוש, ווי די פלעמלעך שפּרינגען און טאַנצן צווישן די גרעזעלעך... גלייך זיי האַלדזן זיי און קושן זיי...
און אויף די לאָנקעס מיט די פלעמלעך האָבן זיך אַרומגעדרייט כיתות און כיתות פון חסידים... די אַטלאַסענע און אַפילו די לאַסטינגענע קאַפּאָטעס האָבן געבלאַנקט ווי די שפּיגל, די צעריסענע ווי די גאַנצע... און די פלעמלעך, וואָס האָבן זיך אַרויסגעריסן פון צווישן די גרעזלעך, האָבן זיך געכאַפּט און געטשעפּעט אָן די שפּיגלדיקע בגדי יום=טוב. און עס האָט זיך געדאַכט, אַז זיי טאַנצן אַרום יעדן חסיד, מיט התלהבות, מיט ליבשאַפט... און אַלע כיתות חסידים האָבן געקוקט מיט וואונדערלעך=דאָרשטיקע אויגן אַרויף צום רבינס גאַניקל... און די דאָרשטיקע אויגן, האָב איך געזען ממש בחוש, זויגן פון גאַניקל, פון רבינס פּנים, די ליכט, און וואָס מער ליכט זיי האָבן געזויגן, העכער געזונגען האָבן זיי... אַלץ העכער און העכער... אַלץ לוסטיקער, אַלץ הייליקער...
און יעדע כיתה האָט זיך געזונגען איר ניגון, נאָר אינדערלופט האָבן זיך די אַלע ניגונים מיט די אַלע קולות אויסגעמישט; און צום רבינס גאַניקל איז צוגעקומען א י י ן זמר, א י י ן ניגון... גלייך אַלע זינגען איין זמר. און אַלע זינגען - דער הימל זינגט, די גלגלים זינגען, און די ערד פון אונטן זינגט, און די נשמה פון דער וועלט זינגט - - - אַלץ זינגט!
רבונו של עולם! איך האָב געמיינט איך צעגיי פון מתיקות...
עס איז אָבער נישט באַשערט געוועזן.
- מען דאַרף מנחה דאַווענען! - האָט פּלוצלים דער בריסקער רב אַרויסגעזאָגט שאַרף; און אַלץ איז פאַרשוואונדן געוואָרן...
שטיל - - דער פאָרהאַנג איז מיר צוריקגעפאַלן פאַר די אויגן: אויבן - אַ פּשוטער הימל, אונטן - פּשוטע פּאַשע, פּשוטע חסידים אין צעריסענע קאַפּאָטעס... אַלטע צעריסענע שטיקלעך ניגונים... אויסגעלאָשן די פלעמלעך - איך קןק אויפן רבין, זיין פּנים איז אויך חושך - - -
זיי האָבן זיך נישט אויסגעגלייכט; דער בריסקער רב איז געבליבן אַ מתנגד ווי פריער; מיט דעם איז ער אַוועקגעפאָרן!
דאָך אַ פּעולה האָט עס געהאַט! גערודפט האָט ער שוין נישט. -
~~~~~
*) יצחק לייבוש פּרץ, איינער פון די קלאַסיקער פון דער אידישער ליטעראַטור, איז געבאָרן געוואָרן אין זאַמאָשטש, פּוילן, אין תרי”ב -1852; ער איז געשטאָרבן אין וואַרשע אין תרע”ה -1915. אָטאָ די דערציילונג, “צווישן צוויי בערג”, איז געשריבן געוואָרן בערך אין תר”ס-תרס”א -1900 -1901. אין די פאַרשיידענע אויסגאַבעס פון זיינע געזאַמלטע ווערק גייט די דערציילונג אַריין אינעם באַנד: “חסידיש”.
~~~~~~~
Y.L. Peretz, Tzevishen Tzvei Berg. Republished in Algemeiner Journal, December 29, 2006. |